גרויס התעוררות ביומא דהילולא פון הרה"ק רבי אלעזר מריישא זי"ע; סעודת הילולא אין נייעם בנין הכנסת אורחים אין סאקאלאוו
- לפני 19 דקות
- זמן קריאה 4 דקות
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות איז געפראוועט געווארן די הילולא קדישא של האי צדיק וקדוש פועל ישועות ונפלאות הרה"ק רבי אלעזר מריישא זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן פארגאנגענעם וואך, ט"ו לחודש תמוז, און ווי יאר-יערליך איז דערביי פריש נתעורר געווארן זכרו של אותו צדיק פון וועמען עס זענען ליידער נישט געבליבן קיין דורות.
מוצאי שבת פאר די הילולא איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת מלוה מלכה באולם הגדול "בנין שמעי'" אין קרית ויואל משה (איחוד) אין מאנטיסעלא, וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע הונדערטער אידן, ובראשם רבנים ומרביצי תורה, צווישן זיי ממשפחתו של בעל ההילולא. מען האט געהערט א שפאנענדע דרשה פון הרב אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א, מייסד ומנהל "קרן תולדות אלעזר" - במסגרת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, וועלכער האט איבערגעגעבן פילע ערשט-האנטיגע סיפורים פון זקנים שבדור וועמענ'ס עלטערן האבן נאך מיטגעלעבט ישועות נפלאים ביים בעל ההילולא, און אויך דערציילט פארשידענע ענינים פון אידן וועלכע פועל'ן היינט ישועות בזכותו הגדול והקדוש.
במשך דעם מעת-לעת פון די הילולא קדישא האבן הונדערטער אידן באלאגערט דעם אוהל הקדוש. בו ביום איז אויך געעפנט געווארן דער נייער "בנין הכנסת אורחים" אין סאקאלאוו, וואס איז אפגעקויפט געווארן בלויז געציילטע וואכן צוריק קעגנאיבער דעם ציון, און איז בליץ-שנעל איינגערישט געווארן אלס א גאר באקוועמע סטאנציע פאר די מאסן וואס קומען צום אוהל הקדוש – מקום מנוחתם של קדושי עליון, הרה"ק רבי אלימלך מרודניק זי"ע ובנו הרה"ק רבי אלעזר ריישא זי"ע.
מאנטאג נאכט, אור ליום הילולא, זענען פארגעקומען עטליכע מניני תפילת רבים, צום ערשט אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, באגלייט פון צענדליגער חסידים ותלמידים, און א גרויסע קבוצה פון תלמידי ישיבת סאטמאר פון קרית יואל. אינדערפרי זענען אנגעקומען גרופעס פון אנטווערפען, לאנדאן, און מאנטשעסטער, אין צוגאב צו פריוואטע קבוצות פון אמעריקע און פון ארץ ישראל.
דינסטאג אינדערפרי איז אנגעקומען קיין קראקא די גרויסע קבוצה פון "נסיעה טראוועל", וואס האט איינגעשלאסן צענדליגער תומכי קרן תולדות אלעזר, חסידים ואנשי מעשה, רבנים וכלי קודש, ובראשם הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשינוב קרית יואל, מגבאי קודש של קרן תולדות אלעזר.
נאך תפילת שחרית איז מען איז צום ערשט געפארן קיין ליזענסק, ווען במשך דעם וועג הערט מען סיפורי קודש ודברי התעוררות פון הגה"צ ציעשינובער רב שליט"א, באגלייט מיט הערליכע סיפורים ועובדות פון הר"ר אלחנן וואלף פריעדמאן שליט"א, און פון די משתתפי הנסיעה.
מען איז צום ערשט געפארן קיין ליזענסק, ווען במשך דעם וועג האט מען געהערט סיפורי קודש ודברי התעוררות פון הגה"צ אבד"ק ציעשינוב קרית יואל שליט"א, באגלייט מיט הערליכע סיפורים ועובדות פון הר"ר אלחנן וואלף פריעדמאן שליט"א, און נאך פון די משתתפי הנסיעה וועלכע האבן מיטגעטיילט פערזענליכע ענינים נפלאים וואס זיי האבן בייגעוואוינט בזכות בעל ההילולא.
נאך א רייכן סעודת הילולא אין ליזענסק, צוגעשטעלט דורך איש החסד הרב שמחה קארקאווסקי שליט"א, מייסד ומנהל הכנסת אורחים ליזענסק, איז מען ארויפגעגאנגען צום ציון המצוינת פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, וואו מען האט מתפלל געווען בהתעוררות רב. אלס שליח ציבור האט געדינט הרה"צ ר' שלמה הלברשטאם שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
דערנאך איז מען געפארן דעם קורצן וועג קיין סאקאלאוו, וואו מען האט געדאוונט תפלת מנחה אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים. דערנאך האט מען געהערט דברי הכנה פונעם ציעשינובער רב שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט ממשנתו של בעל ההילולא ווי אזוי מ'דארף צוגיין ביים מתפלל זיין ביים ציון פון א צדיק, מעורר צו זיין דעם זכות הצדיק בשעת מ'ווענדט זיך צום בורא כל עולמים.
דאן איז מען אריבערגעגאנגען די גאס צום אוהל הקדוש, וואו מ'האט במשך דריי שעה געזאגט תהלים במתינות ובהתלהבות, בשעת ס'האבן זיך אנגעשלאסן נאך אידן, און אינדרויסן זענען געווען באזונדערע געצעלטן צו באשיצן פון די זון פאר נשים און כהנים.
דער אוהל הק' איז געווען פריש אויסגעקאלעכט, איינגערישט מיט תהלים, ליכט און קוויטל-פאפיר, און מען האט אויך אריינגעצויגן עיר-קאנדישאן. ר' אלחנן וואלף האט ליציטירט דעם זכות "נר תמיד לכל השנה", לטובת החזקת "תלמוד תורה תולדות אלעזר" בעיה"ק ירושלים, און ס'איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל שוויממער הי"ו, וועלכער האט דערמיט מכבד געווען בנו האברך ר' משה ארי' הי"ו, נושא בעול הת"ת.
אלס שליח ציבור האט געדינט הגה"צ רבי יואל הלברשטאם שליט"א אבד"ק בית שמואל קרית יואל ומייסד "בוני צאנז" – בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל, נשיא קרן תולדות אלעזר, וועלכער איז איבערגעגעבן במשך דעם גאנצן יאר לכל קדשי בית ריישא, און האט אצינד גענומען א חלק בראש ביים העלפן צושטעלן דעם בנין הכנסת אורחים, ועוד ידו נטויה.
נאכ'ן ענדיגן תפלות ותחנונים איז מען צוריק אריבער צום בנין הכנסת אורחים, וואו ס'איז צוגעגרייט געווארן די רייכע סעודת הילולא, נדבת הנגיד ר' יעקב שוויממער הי"ו.
צום ערשט איז פארגעקומען א סיום מסכת דורך הרה"צ רבי דוד צבי מייזליש שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-ירושלים שליט"א ומראשי "תלמוד תורה תולדות אלעזר", וועלכער האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט הערליכע דברי תורה, און ער האט גערעדט בשבחו פונעם נייעם תלמוד תורה, זייענדיג מעלה על הנס די פעולות נשגבות פון די נושאים בעול, הרבני הנגיד ר' יחזקאל שוויממער הי"ו ובנו ר' משה ארי' הי"ו.
דערנאך האט מען געהערט א הערליכע דרשה פון הגה"צ רבי יואל הלברשטאם שליט"א אבד"ק בית שמואל, וועלכער האט ארומגערעדט ענינים מכוחו הגדול פון דעם הייליגן בעל ההילולא זי"ע און זיין התקשרות צו הרה"ק מצאנז זי"ע.
דאן האט מען געהערט די צענטראלע דרשה פון הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אבד"ק ציעשינוב קרית יואל, וועלכער האט מיט פייערדיגע ווערטער גערעדט בגודל קדושת בעל ההילולא, ובגודל סגולת החזקת המוסדות על שם קדשו. במשך די סעודה האט מען געהערט ענינים נפלאים פון הר"ר אלחנן וואלף פריעדמאן הי"ו.
נאכן סעודה הילולא איז פארגעקומען די קביעת מזוזות אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים, מיט וואס די נדיבים האבן מכבד געווען הנגיד הנכבד ר' יחזקאל שוויממער הי"ו, וועלכער האט געלייגט די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג, נאכגעפאלגט מיט קביעת המזוזות דורך די רבנים וראשי הקרן.
מען האט דערביי געהערט פלענער איבער פארברייטערן דעם אוהל הק' און בעסער אנצייכענען די גבולות הבית החיים ומקום מנוחת הצדיקים.
במשך די דריי טעג פון די הילולא קדישא האט זיך נישט אפגעשטעלט דער שטראם פון אידן וואס זענען געקומען לפקוד מקום מנוחת קדשו, וואס כידוע איז דער מקום קדוש געווארן א תל תלפיות במשך דעם גאנצן יאר פאר אומצאליגע אידן וואס קומען מתפלל זיין בזכות די צוויי צדיקים וקדושים, אב ובנו שהראו את החידוש, און אצינד ערווארט מען אז דאס זאל נתרבה ווערן פי כמה, אדאנק דעם נייעם הערליכן בנין הכנסת אורחים, וואס כלול בהדרו און איז איינגערישט בכל טוב וטוב.















