שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מוויען און אבד"ק שומרי שבת פארגעקומען אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען
- לפני 34 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם
די וואך האבן די תלמידים אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדרעק זוכה געווען מיטצוהאלטן א שמחה במעון הקודש פונעם מנהיג העדה כ''ק האדמו''ר מוויען שליט''א ביים שמחת הברית פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב ישעי' טירנויער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק טירנויער שליט"א אבד"ק שומרי שבת.
די זיידע האדמו''ר מוויען איז געווען מוהל. מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אבד"ק שומרי שבת שליט"א, און די וויענער רב שליט"א האט געזאגט די ברכות. נאכן ברית האט נאכגעפאלגט א מסיבת לחיים און דערנאך די סעודת ברית ביי וועלכן די געהויבענע זיידעס האבן משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד די שמחה.





















