כמנהג החתם סופר ותלמידיו: האד' מערלוי רעכט אפ תיקון חצות ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי
- לפני 6 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם ליל שישי ערב שבת חזון איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אנגעקומען אין שפיץ פון א עדה חסידים, צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, כמנהגו יעדעס יאר אין די ימי בין המצרים צו זאגן תיקון חצות וואו עס איז געווען נוהג ביי די תלמידי החתם סופר זי"ע, צו קלאגן אויפן חורבן הבית מיט א השתוקקות צום בנין בית השלישי בקרוב בימינו.
דער רבי שליט"א האט זיך אראפגעזעצט אויף א נידעריג בענקל, און געזאגט תיקון חצות. דערנאך האט מען געזאגט עטליכע מזמורי תהילים און די סליחות ישראל נושע בה' אין ליכט פונעם שרעקליכן מצב אין ארצינו הקדושה מיטן גזירת הגיוס וואס הויערט אויף די לומדי תורה אין ארץ ישראל.












תגובות