top of page
מוצאי י"ז בתמוז: גרויסן ציבור ביי סעודת הילולא פון פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל אין בני ברק
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג נאכט אור ליום י"ח תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל משרידי דור הישן ומעתיקי השמועה וואס איז נסתלק געווארן מוצאי שבעה עשר בתמוז אין יאר תשס"ז, א גרויסן יארצייט סעודה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין שכונת זכרון מאיר אין בני ברק בראשות בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א. דער פני המזרח איז באשיינט געווארן דורך פילצאליגע רבנים חשובים און אנשים מכובדים. באלד


חתנו כבנו: יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצוק"ל בחצר הקודש קאסוב וויזניץ
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם שבת קודש כ' תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל, לכבוד די שבת יארצייט האט חתנו כבנו כ"ק אדמו"ר מקוסוב וויזניץ שליט"א מעריך געווען דעם שבתא דריגלא אויף א גרויסן פארנעם בחצר קדשו אין בית שמש. מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת הילולא רבתי בבית מדרשו, און היינט זונטאג איז דער רבי שליט''א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט קהל חסידיו, אויפן וויזניצער בית החיים אין בנ


ירושלים: הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ זצוק"ל ביי נכדו מ"מ האד' מקאפיטשניץ
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN פארלאפענע וואך ט"ז תמוז איז אויסגעפאלן די 51'סטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מקאפיטשניץ זי"ע. דינסטאג נאכט, בליל ההילולא קדישא, האט נכדו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא רבתי וסיום הש"ס אין קאפיטשניצער בית המדרש אין דער עזרת תורה געגנט אין ירושלים. אויפצומארגנס מיטוואך איז דער רבי ארויסגעפארן קיין עיר הקודש טבריה, שם חלקת מחוקק ספון


הילולא קדישא בחצ"ק קרעטשניף געפראוועט בשילוב מיט שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביים רבי'ן
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם דינסטאג ט"ו תמוז איז אפגעצייכנט געווארן די הילולא קדישא פון הרה"ק המפורסם פועל ישועות בקרב הארץ רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע, דער מופת הדור וואס איז געווען נערץ ונקדש אין אלע קרייזן, און אומעטום האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, בפרט בצילם פון די קינדער און אייניקלעך האדמורי"ם שליט"א, ובמיוחד איז די הילולא קדישא פארביי מיט רגשי עילאה אינעם אתרא דמר בצל בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מק


רבבות אידן האבן פוקד געווען ציון הק' פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע אין טעג ארום די הילולא קדישא ט"ו תמוז
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהודה ווייס, שלומי טריכטער, JDN רבבות אידן איבער דער גארער וועלט האבן דעם ט"ו תמוז, אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם נר המערבי ורבן של כל ישראל דער אור החיים הקדוש זי"ע. אנגעהויבן פון דינסטאג ערב די הילולא האבן צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אנגעהויבן ארויפצוגיין צום הר הזיתים צו מתפלל זיין ביים ציון פון דער אור החיים הקודש לרגל די 283׳סטע יארצייט, און א געשאצטע איבער הונדערט טויזנט אידן האב


ירושלים: הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע ביי נכדו האד' מראחמיסטריווקא
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN דעם זונטאג י"ג תמוז ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע, האט נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכלך השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו עס האט זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א וואס איז צוגאסט אין די טעג אין ארה"ק.


עולו ואתכנשו: יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע בחצה"ק צאנז קלויזענבורג
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי אלפי חסידי צאנז קלויזנבורג האבן מיט רגשי געגועים וכיסופין אפגעראכטן דעם צוויי און דרייסיגסטער יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע וואס איז אויסגעפאלן ביום ט' תמוז. מיטוואך נאכמיטאג בעצם יומא דהילולא קדישא איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין די נייע מתיבתא צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק וואו עס האבן מיטגעדאווענט הונדערטער חסידים א


הילולא דצדיקיא: יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל בעל "נחל יצחק" בצל נכדו מ"מ האד' מזוטשקא
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט נאכט י"ד תמוז פאלט אויס די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל בעל "נחל יצחק", נכדו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א האט אפגעראכטן דעם יארצייט טיש, בבית מדרשו אין שטאט בני ברק. ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן מערערע רבנים ואנשים חשובים וועם דער רבי שליט"א האט מכבד געווען צו דערציילן עובדות וסיפורים פונעם גרויסן זיידן דער בעל ההילולא.


אלפי חסידי צאנז אפגעראכטן הילולא קדישא פון הרה"ק בעל שפע חיים זי"ע אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין מיט גרויס דערהויבענקייט און בענקענדיגע געפילן האבן תלמידי וחסידי צאנז אפגעצייכנט דעם צוויי און דרייסיגסטע יומא דהילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואס איז געפראוועט געווארן ביים יומא אריכתא ט' תמוז בצל הקודש פון בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. דער היי יעריגע שולחן הטהור און סעודת הילולא איז געפראוועט געווארן בשילוב מיט די לעצטע שבע ברכות לרגל די


איינציגסטע אפגעכאפטע שלש סעודות תורה פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע | יומא דהילולא ט' תמוז
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די איינציגסטע אפגעכאפטע שלש סעודות תורה פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואו דער רבי רעדט ארום איבער די דרך הישרה בעבודת השם און דרך החסידות בזמנינו. ערשיינט לכבוד די הילולא קדישא היינט נאכט ט' תמוז.


בעצם יומא דהילולא: האד' מגור פוקד געווען ציון אביו הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע אויפן הר הזיתים
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN נעכטען אינדערפרי, ז' תמוז, ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל ה"לב שמחה" מגור זי"ע, איז בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו עס האבן מיטגעדאוונט טויזנטער חסידים, זקנים עם נערים. לכבוד די יארצייט האט דער רבי געזאגט אלע פיר קדישים. אלס שליח ציבור האט געדינט הרב החסיד ר' מרדכי זוננפעלד, דער לאנגיעריגער משמש בקודש ביים ב


מכל פנות ומחנות: רעקארד-ציפער אידן האבן פוקד געווען ציון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין טעג ארום די הילולא ג' תמוז
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום ראסס,JDN צענדליגע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און חסידי ליובאוויטש בפרט זענען אנגעקומען קיין קווינס פוקד זיין דעם ציון הקדוש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין די טעג ארום די 32'סטע הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם דאנערשטאג ג' תמוז. די שטאט קווינס מקום מנוחתם פון אדמור''י בית ליובאוויטש האט שוין פון אנהייב וואך געווירבעלט מיט שווערע טויזנטער אידן, און איז דאס יאהר אנגעקומען צו היסטאריש


האד' מדושינסקיא פראוועט סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט אברכי הקהילה אין ירושלים
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם פארגאנגענעם ראש חודש האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א געפראוועט א געהויבענע סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די סעודת הילולא פונעם הייליגן מאור ושמש זי"ע, ספעציעל געווידמעט פאר די יונגע אברכי הקהילה תושבי ירושלים. במשך די סעודה האט דעם רבינ'ס איידעם, הגאון רבי שמואל זאנוויל שפיטץ שליט"א מו"צ העדה החרדית ומראשי כולל תרביצ"א אויפגעטראטן מיט א דרשה בעניני הנהגת הבית, און מען האט געהערט יסודות'דיגע


סעודת ראש חודש בחצה"ק באבוב אינאיינעם מיטן סעודת הילולא פון הרה"ק רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער דעם דינסטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ר"ח תמוז, אינאיינעם מיטן סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי''ע בעל עטרת שלמה. ביי די דברות קודש האט דער רב שליט"א מאריך געווען במשנתו פון בעל ההילולא און ווי גדולי ישראל האבן אים געהאלטן פאר'ן גדול הדור, און איבער זיין הרבצת התורה במיוחד פאר בחורים. דערביי האט דער רב אפעלירט צום ציבור ארויסצוהעלפן און שטיצן די


יומא דהילולא בתרייתא: מאסן חסידים מיטגעהאלטן צווייטער יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל בעל עבדא דמלכא
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התעוררות איז דעם מאנטאג כ"ג סיון אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא בתרייתא פונעם עמוד צלותהון דישראל, שרגא המאיר, כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא, בצל בנו וממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א. מיטוואך נאכט אריינטרעטנדיג אינעם יומא דהילולא רבה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי און אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך אין שטוב פון הנגיד רבי איסר ראטה הי"ו. דער רבי האט דארט געדאוונט מעריב פארן


טויזנטער פוקד געווען ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN מיט גרויס התרגשות איז אפגעהאלטן געווארן די הילולא תנייתא פון כ"ק אדמו"ר בעל "עבדא דמלכא" מקאסוב זצוק"ל, ביי וועלכן מ'האט מעלה געווען זכרונו הבהיר אויף א געהויבענעם און רייכן שטייגער. במשך דעם טאג פון די הילולא איז מקום מנוחתו אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין מאנסי געווען א תל תלפיות פאר המוני בית ישראל, וועלכע זענען געקומען פוקד זיין דעם ציון המצוינת און איינרייסן אויף ישועות, רפואות און כל מילי דמיטב. אר


צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל בצל בנו האד' מראחמיסטריווקא
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג כ''ב סיון איז אפגעצייכנט געווארן ביי חסידי ראחמיסטריווקא די צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פונעם מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצוק"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. מוצאי שבת בליל ההילולא אום 2:30 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו מעריב בהתלהבות דקדושה כדרכו, נאך מעריב האט


סעודת הילולא פון המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל במקום מנוחתו אין טבריה
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התעוררות איז אפגעהאלטן געווארן די צווייטער יומא דהילולא פון מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלספאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל, במקום מנוחת קדשו אין טבריה אין שפיץ פון בנו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל מאנסי, אנגעהויבן מיט תפילת שחרית אין טבריה וואו עס האבן מיטגעדאוונט די חברי ק"ק אמונת ישראל פון ירושלים, ביתר און אנדערע מקומות. דערנאך איז מען אינאיינעם ארויף צום ציון הק' אויפן איר אלטן בית החיים אין ט


עשירי קודש: צענטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב בני ברק זצ"ל בעל מאורי מרדכי
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פילצאליגע חסידים ומעריצים האבן מעלה געווען זכרו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר בעל מאורי מרדכי מזלאטשוב זצ"ל פון בני ברק, ביי די צענטע יומא דהילולא קדישא, וואס איז אויסגעפאלן מיטוואך י"ח סיון. די סעודת הילולא רבתי איז געפראוועט געווארן אין די זאל פון ביהמ"ד קופולוביץ אין בני ברק, וואו עס זענען געהערט געווארן הערליכע דרשות פון אדמורי"ם ורבנים חשובים ביי וועלכע מען האט דערמאנט דעם רבינס פעולות לחיים עלי אדמות, עס הא


היסטארישע "לימוד ש"ס על קברו" אין שטאט ראדאשיץ און סיום הש"ס וסעודת הילולא אפגעראכטן אין פרעכטיגן "בנין לאנדא"
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page
