טויזנטער פוקד געווען ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא
- לפני 36 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN
מיט גרויס התרגשות איז אפגעהאלטן געווארן די הילולא תנייתא פון כ"ק אדמו"ר בעל "עבדא דמלכא" מקאסוב זצוק"ל, ביי וועלכן מ'האט מעלה געווען זכרונו הבהיר אויף א געהויבענעם און רייכן שטייגער. במשך דעם טאג פון די הילולא איז מקום מנוחתו אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין מאנסי געווען א תל תלפיות פאר המוני בית ישראל, וועלכע זענען געקומען פוקד זיין דעם ציון המצוינת און איינרייסן אויף ישועות, רפואות און כל מילי דמיטב.
ארום דעם ציון הק' איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער, כדי צו ערמעגליכן פאר'ן ציבור המתפללים זיך אויסצוגיסן דאס הארץ מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש. אויסער דעם זענען אויפגעשטעלט געווארן נאך עטליכע שאטערס אין שטח בית החיים, וואו דער ציבור האט געקענט שרייבן קוויטלעך, לערנען משניות און עוסק זיין במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא. די גרויסע הוצאות זענען ברייטהארציג געדעקט געווארן דורך חשובע נדיבים בעם.
במשך דעם גאנצן טאג האט אויך אנגעהאלטן דער גרויסער יריד פון ספרי קודש פון רבי'ן זצ"ל, וועלכער האט געצויגן פילע אידן פון נאנט און ווייט. פילע האבן זיך איינגעהאנדלט די ספרים הקדושים, וועלכע זענען אנגעפילט מיט אמונה, התחזקות און חיות דקדושה, און טראגן אין זיך די דברים חוצבים להבות אש וואס דער רבי זצ"ל האט משמיע געווען בחיים חיותו.






