מכל פנות ומחנות: רעקארד-ציפער אידן האבן פוקד געווען ציון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין טעג ארום די הילולא ג' תמוז
- לפני 28 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום ראסס,JDN
צענדליגע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און חסידי ליובאוויטש בפרט זענען אנגעקומען קיין קווינס פוקד זיין דעם ציון הקדוש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין די טעג ארום די 32'סטע הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם דאנערשטאג ג' תמוז.
די שטאט קווינס מקום מנוחתם פון אדמור''י בית ליובאוויטש האט שוין פון אנהייב וואך געווירבעלט מיט שווערע טויזנטער אידן, און איז דאס יאהר אנגעקומען צו היסטארישע ציפערן ווי קיינמאל בעפאר ווען טראץ די שווערע היצן האבן א געשאצטע קרוב צו 100 טויזנט אידן פוקד געווען דעם ציון הק' אין די טעג ארום די הילולא, צווישן זיי טויזנטער ליובאוויטשער חסידים וואס זענען געקומען צופארן פון אלע עקן וועלט מתפלל זיין ביים הייליגן ציון און פועל'ן אלעס גוט'ס.
די עסקנים האבן געארבעט פיבערהאפטיג און אריינגלייגט שטארקע כוחות אויפצונעמען די טויזנטער מתפללים, און צושטעלן אלע געברויכן, ווי סענדוויטשעס מיט דערפרישנדע געטראנקען זיך צו דערכאפן דאס הארץ, להחיות נפש כל חי, אזוי אויך זיכער צו מאכן אז אלעס פארט על צד היותר טוב, ווי צענדליגע סדרנים זענען געשטאנען לענגאויס די שורות וואס האבן זיך געשלענגעלט ביזן ציון און קאנטראלירט דעם מאסן שטראם פון באטייליגטע, אז יעדער זאל קענען האבן זיין רייע צוצוגיין צום ציון המצוינת, אזוי אויך איז דעזיגנירט געווארן באזונדערע שורות פאר מענער און פאר פרויען כדי עס זאל נישט צוקומען צו קיין תערובות.
טראץ די מייסטערהאפטיגע סדר דורך די עסקנים האט געדויערט לאנגע שעות אנצוקומען ביז צום אוהל, און צוליב די שווערע היצן האבן עטליכע אידן געדארפט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג נאכן פאלן באוואוסטלאז, דאראונטער אזעלכע וואס האבן כמנהג ליובאוויטש געפאסט אינעם טאג פונעם יארצייט ביז נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון הקדוש.







































