top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא בתרייתא: מאסן חסידים מיטגעהאלטן צווייטער יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל בעל עבדא דמלכא

  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התעוררות איז דעם מאנטאג כ"ג סיון אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא בתרייתא פונעם עמוד צלותהון דישראל, שרגא המאיר, כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא, בצל בנו וממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א.


מיטוואך נאכט אריינטרעטנדיג אינעם יומא דהילולא רבה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי און אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך אין שטוב פון הנגיד רבי איסר ראטה הי"ו. דער רבי האט דארט געדאוונט מעריב פארן עמוד און דערנאך ארויף צום ציון הקדוש במקום מנוחתו אויפן וויזניצער בית החיים בראש קהל חסידיו, וואו ער האט פארגעזאגט די מזמורי תהילים און געזאגט קדיש, דאן האט די רבי א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך פונעם ציבור און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' להפקד בדבר ישועה ורחמים.


דאנערשטאג אינדערפרי ביומא דהילולא קדישא איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפילת שחרית בהיכל בית המדרש הגדול, און איז צוגעגאנגען צום עמוד, ווען נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי דער רבי שליט"א האט דערביי פארציילט פילע פערזענליכע ענינים און עובדות וסיפורים פון זיין גרויסן טאטן דער בעל ההילולא.


פארן שקיעה איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד אויף תפילת מנחה, און דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודת הילולא כיד המלך. צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום "שולחן הטהור", אינאיינעם מיט אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א, און די אדמורי"ם האבן זיך געוואשן צום סעודה, דאס בית המדרש איז געוועהן באזעצט מיט פילע רייען חסידים ואנשי מעשה, אויפן בימת הכבוד זענען געזעסן אויף א ברודער'ליכן פארנעם אלע ברידער און שוואגערס פונעם רבי'ן שליט"א, צו דער זייט פון רבנים חשובים ופני העדה.


אנהייב סעודה האט דעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי ברוך האגער אבד"ק קאסוב לעיקוואד געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה, און הרה"צ רבי אהרן האגער שליט"א האט געמאכט דעם סיום הש"ס און געזאגט קדיש.


הגה"צ אבד"ק קאסוב זאליטשיק שליט"א, איינציגסטע און באליבטע ברודער פונעם רבי'ן ז"ל האט אויפגעטרעטן מיט גאר הארציגע דברי זכרון, די אדמורי"ם האבן געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און דערנאך האט בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו הטהורה ארויסברעגענדיג שיינע שטריכן פון אביו הגדול און מעורר געווען די חסידים זיך צו קלאמערן ווייטער און גיין אין די דרכים פונעם צדיק און עוסק זיין בדברי תורתו אשר הנחיל לדורות.


דערנאך האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פון הגה"צ אבד"ק קאמאדע שליט''א, לאנגיעריגע חברותא פונעם רבי'ן זצ"ל וואס האט מעלה געווען זכרו הטהור, ארון ארומגערעט איבער יסודות בעבודת השם וואס דער רבי האט שטארק אריינגעבאקן אין די תלמידים וחסידים.


צום לעצט האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי משה האגער אבד"ק קאסוב וויליאמסבורג, און נאכדעם האט דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א געבענטשט ברכת המזון על הכוס, נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים ביי די ברידער האדמור"ים.



bottom of page