סעודת הילולא פון המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל במקום מנוחתו אין טבריה
- 11 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התעוררות איז אפגעהאלטן געווארן די צווייטער יומא דהילולא פון מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלספאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל, במקום מנוחת קדשו אין טבריה אין שפיץ פון בנו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל מאנסי, אנגעהויבן מיט תפילת שחרית אין טבריה וואו עס האבן מיטגעדאוונט די חברי ק"ק אמונת ישראל פון ירושלים, ביתר און אנדערע מקומות. דערנאך איז מען אינאיינעם ארויף צום ציון הק' אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה און מ'האט איינגעריסן אויף ישועות ורפואות להפקד בדבר ישועה ורחמים.
נאכן עלי' לציון איז אפגעראכטן געווארן די סעודת ההילולא נישט ווייט פונעם ציון הק' וואו מען האט געהערט שיינע דרשות דורכן רב שליט"א און נאך חשובע תלמידים וועלכע האבן מיטגעטיילט פערזענליגע זכרונות און סיפורים פונעם בעל ההילולא. דורכאויס זיין באזוך אין ארץ ישראל האט דער רב שליט"א געפראוועט א געהויבענעם שבת בקרתא דשופריא אין ירושלים און אפגעראכטן ביקורי נימוסין בבתי גדולי ישראל, ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ידיד בית אבא וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכרונות פונעם משגיח.






















תגובות