top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סעודת ראש חודש בחצה"ק באבוב אינאיינעם מיטן סעודת הילולא פון הרה"ק רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע

  • 21 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער

דעם דינסטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ר"ח תמוז, אינאיינעם מיטן סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי''ע בעל עטרת שלמה. ביי די דברות קודש האט דער רב שליט"א מאריך געווען במשנתו פון בעל ההילולא און ווי גדולי ישראל האבן אים געהאלטן פאר'ן גדול הדור, און איבער זיין הרבצת התורה במיוחד פאר בחורים. דערביי האט דער רב אפעלירט צום ציבור ארויסצוהעלפן און שטיצן די ישיבת עץ חיים אין בני ברק, וואס איז א המשך צו די ישיבה וואס בעל ההילולא האט מייסד געווען בימיו.

דער רב האט מאריך געווען מיט דברי הדרכה לימי הקיץ, דברי התעוררות זיך אויפצופירן ווי חסידישע אינגעלייט, און מגנה געווען די מגושמדיגע תאוות וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין די חסידישע גאס, און זיך האלטן אין אלע ענינים סיי בעניני לבוש און הנהגה, און נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די גאס. ער האט דערמאנט די פראסטע התנהגות אין פיל ערטער אין די קאנטרי, און געזאגט אז אין יעדע זאך זאל מען זיך מתבונן זיין ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט, און אזוי נאכטוהן.



תגובות


bottom of page