top of page
ווידיאו • א' סליחות בחצר הקודש צאנז
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


השמחה במעונם: המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א באזוכט ביי מחותנו האד' מצאנז
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך האט המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, לרגל די בשותפות'דיגע שמחה במעונם, די געבורט פון א מיידעלע ביי הרב שמעון אהרן בידערמאן שליט"א, זון פונעם משפיע, און אן איידעם ביי הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קרית צאנז טבריה, זון פון אדמו"ר מצאנז. דער רבי מיט'ן משפיע האבן זיך געוואונטשן מזל טוב און ארומגעשמועסט מעניני דיומא איבער מנהגים פון די


כבני מרון: האד' מצאנז ביי קבלת קהל אין בני ברק לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור קודש אין עיר התורה והחסידות בני ברק, כמדי שנה בשנה, אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי צוערשט צוגעפארן צו די היכלי מלכות זאל, וואו דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי א חופה פון א יתום מתלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית צאנז. דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן זאל, ווא


יערליכע באזוך דורך האד' מצאנז אין שטאט אלעד לקראת די ימי הרחמים והרצון | בילדער
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם פארלאפענעם זונטאג, איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ערשינען אין שטאט אלעד אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען צום צאנזער ביהמ"ד אויף די רשב"י גאס, איז דער רבי געווארן אפגעווארט מיט גרויס התרגשות דורך די ארטיגע תושבים, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים פאר די ילדי התלמוד תורה וועלכע האבן אויפגענומען דעם רבי'ן מיט הארציגע ניגוני ימים הנוראים, ווען דערנאך האט דער


האד' מצאנז באזוכט אין שטאט חיפה אין ראם פון די מסעות קודש צווישן די שטעט צום נייעם יאר
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין אין ראם פון די מסעות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צווישן די שטעט אין ארץ ישראל, אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון איז דער רבי אנגעקומען צום שטאט חיפה וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן פאריגע וואך מאנטאג איבערן טאג. דער רבי איז צוערשט צוגעפארן אויף א באזוך ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מנדבורנה חיפה שליט"א, וואו ער איז דורש געווען בשלום בריאותו, און ס'איז ארומגעשמועסט געווארן איבער מנהגים פון


אלה מסעי: האד' מצאנז ביי קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין שטאט בית שמש
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין, אלימלך גרסטל אין ראם פון די מסעות הקודש דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צווישן די שטעט אין ארץ ישראל אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען דעם דינסטאג נאכט צום שטאט בית שמש, וואו הונדערטער חסידים און זייערע משפחות זענען דורך מיט קוויטלעך להיזכר לטובה און זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר. אנקומענדיג צום צאנזער בית המדרש אין די רמה ב' געגנט, איז דער רבי געווארן אפגעוו


האד' מצאנז אנגעהויבן סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין עיה"ק צפת
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל,JDN כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעהויבן דעם סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין דעם מקום מסוגל, עיר הקודש צפת. זונטאג נאכט דער רבי איז אנגעקומען צום אלטן נאסטאלגישע צאנזער קלויז וואו עס זענען צום ערשט אריין אויף אן אסיפה די ראשי ועסקני הקהילה פון צפת וועלכע האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין שטאט. דערנאך האט דער רבי אויפגענו


אלפי חסידי צאנז אין שפיץ פון האד' מצאנז פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסטן פון צאנזער חסידים
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט אפגעהילכט ביי דער היסטארישער און מאכטפולער מחאה אדירה, ווען טויזנטער חסידי צאנז, זקנים עם נערים, זענען ארויסגעקומען אין די מאסן מוחה זיין קעגן די גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא – ווען בראש קהל המוחים האט זיך פערזענליך משתתף געווען דער מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען פארנט פון די חומות פון דער מיליטערישער תפיס


ווידיאו • האד' מצאנז אדרעסירט ריזיגן עצרת מחאה פארנט פון מיליטערישע טורמע 10 אין בית ליד
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מצאנז וועט מארגן דאנערשטאג מוחה זיין בראש קהל חסידיו ביי כלא 10 אין ליכט פון ארעסט אויף צאנזער חסידים
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ווידעראמאל וועט ארץ הקודש אויפגעשטורעמט ווערן מיט א מחאה אדירה, אפצושרייען די שרעקליכע גזירת הגיוס, דאסמאל דורך עדת חסידי צאנז באלפיה וואס וועלן מארגן דאנערשטאג מוחה זיין פארנט פון די טרויריג בארימטע מיליטערישע טורמע נומער 10, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מחאה קומט אין ליכט פון דעם וואס די גזירה איומה פארשטארקט זיך מיום ליום, והרשעים כים נגרש מיט די כסדר'דיגע פרישע ארעסטן אויף בחורי ישראל, און באזונדער האט דאס באטראפן ח


תלמידי המתיבתא אין קרית צאנז נתני' איבערראשט פון פלוצימע באזוך דורך המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי קרית צאנז נתניה און די תלמידי המתיבתא הקדושה דחסידי צאנז זענען נעכטן איבערראשט געווארן, ווען דער מקובל הגאון הצדיק רבי יעקב עדס שליט"א איז פלוצלינג ערשינען אויף א באזוך בתוככי הישיבה, וועלכער איז אצינד סטאנציאנירט אינעם היכל ראזענבערג, צוליב די רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט אינעם בנין המתיבתא. דער באזוך איז געקומען גלייך נאכדעם וואס דער מקובל שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי די בני משפחה פונעם בע


מאסיווע רענאוואציע פראיעקט אינעם היכל המתיבתא אין קרית צאנז לקראת נייעם אלול זמן
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג, בעת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וויילט אין שטאט קיסריה אויף מנוחת הנפש, איז אין קרית מלך רב – קרית צאנז נתניה געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיווער פראיעקט איבערצובויען און איבערפרישן דעם גרויסן היכל המתיבתא. דער בנין מתיבתא איז נאך געבויט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און האט יארן לאנג געדינט אלס דעם ביהמ"ד וואו דער רבי זצ"ל און שפעטער דער היינטיגער רבי שליט"א האבן געפראוועט זייער עבו


תעלץ קריה: פרייליכע חתונה פון נכד האד' מצאנז זוועהיל פארגעקומען אין קרית צאנז נתני'
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א פרייליכע און געהויבענע שמחה איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען אין קרית מלך רב קרית צאנז נתניה, ביים שמחת החתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. די גרויסארטיגע שמחה איז פארגעקומען אין די גרויסע היכל ראזענבערג אין קרית צאנז, במקהלות הונדערטער חסידי צאנז וואס האבן זיך מיטגעפרייט אינאיינעם בשמחת בית צדיקים, ווען בראש המסובים האט


מלכות'דיגע שבע ברכות בשמחת בית צאנז און אפצייכענונג פון זעכציגסטן יובל זינט גרינדונג פון מוסדות צאנז בני ברק
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א מלכות'דיגע שמחת שבע ברכות לרגל די שמחה הגדולה בחצר הקודש צאנז איז אפגעראכטן געווארן אין שטאט חולון קאמבאנירט מיטן מעמד "בנין לדורות" אפצייכנענדיג דעם זעכציגסטן יובל זינט די גרינדונג פון די מוסדות הקדושים אין שטאט בני ברק דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. נאך תפילת מעריב האט מען מקבל געווען פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מיט ניגוני שמחה, און דער רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיי


אלפי חסידי צאנז אפגעראכטן הילולא קדישא פון הרה"ק בעל שפע חיים זי"ע אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין מיט גרויס דערהויבענקייט און בענקענדיגע געפילן האבן תלמידי וחסידי צאנז אפגעצייכנט דעם צוויי און דרייסיגסטע יומא דהילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואס איז געפראוועט געווארן ביים יומא אריכתא ט' תמוז בצל הקודש פון בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. דער היי יעריגע שולחן הטהור און סעודת הילולא איז געפראוועט געווארן בשילוב מיט די לעצטע שבע ברכות לרגל די


פראכטפולע שבע ברכות און מעמד הכרת הטוב פאר תומכי "אחים לשמחה" דחסידי צאנז ביים שבע ברכות אין רבינס הויף
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין צווישן די שיינע מסיבות שבע ברכות מידי לילה בלילה בחצר הקודש צאנז, איז געווען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך דעם מפעל "אחים לשמחה" בחצר הקודש צאנז, וואס שטייט לימינם פון חתנים וכלות און העלפן מחותנים בעת שמחתם כדי יעדער זאל קענען חתונה מאכן מיט א רואיגקייט. עס האבן מיסב געווען די גרויסע תומכי המפעל וואס האבן זיך יעצט אונטערגענומען פרישע שטיצע, און אזוי אויך פילע געסט פון אויסלאנד וואס א גרויס


קרית צאנז צהלה ושמחה: אלפי חסידי צאנז לעבן מיט געהויבענע חתונה פון נכדת האד' מצאנז
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין מיט טיפע התרגשות האבן אלפי חסידי צאנז זיך מיטגעפריידט ביים געהויבענעם שמחת נישואין בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה דעם רבינס אייניקל די כלה תחי' א טאכטער ביי זיין זון הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם שליט"א, רב חסידי צאנז אין אמעריקא וראש ישיבות צאנז, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט החתן הבחור המופלג, הערשל גליק שליט"א, ממצויני תלמידי ישיבת צ


נייע תלמוד תורה דחסידי צאנז אין לאנדאן וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי צאנז תושבי לאנדאן, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה 'דרכי אבות' דחסידי צאנז אין לאנדאן. קהילת צאנז אין לאנדאן באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס פאר אן אייגענעם ווינקל אויפצוציען זייער קינדער די ילדי חמד היקרים על דרך הסלולה, און א


צדיק גוזר: ריבוי שידוכים ביי חסידי צאנז ביום 'אגרות שניות' נאך וואס האד' מצאנז איז מרעיש עולמות פארלאפענעם פורים
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש ביי חסידי צאנז איז דאס געשפרעך פון טאג די בשורות משמחת פון צוויי שידוכים געשלאסן ביום אגרות שניות, כ"ג סיון, ווען אן עלטערער בחור און אן עלטערע מיידל זענען געקומען בברית האירוסין, נאך וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט מרעיש עולמות געווען פאר זיי פארלאפענעם יו"ט פורים. ווי באריכטעט בשעתו האט דער רבי שליט"א היי-יאר פורים ביים שלחן הטהור, כטוב לב המלך ביין, אין א זעלטענעם שריט זיך אנגערופן צו הרה"ג ר' ישראל חיים בלומענטאהל, מנהל ארג


מִקְרָא קֹדֶשׁ • יום טוב שבועות קבלת התורה בחצר הקודש צאנז
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


bottom of page
