top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית אתא: האד' מצאנז באזוכט ביי מחותנו גאב"ד מאקאווא נאך שבע ברכות אין מאקאווא הויף

לפני 3 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

פארלפאנעם מיטוואך אוונט איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין קרית אתא, וואו דער רבי האט באשיינט בראש השמחה ביי די שבע ברכות פון אן אייניקל, צוגעשטעלט דורך מחותנו, דער זיידע מצד החתן, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, בהיכל ישיבתו.


במשך די שמחה האט דער מאקאווער רב שליט"א פארבעטן דעם רבי'ן משמיע צו זיין מדברותיו, און דער רבי האט אנגעהויבן מיט א מימרא פון הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, און דערויף מרחיב געווען בדרוש ואגדה.


נאכן שבע ברכות איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען צופיסנס לביתו נאוה קודש פונעם מחותן, דער מאקאווער רב שליט"א, אויף א באזוך, וואו עס איז אנטשטאנען א שיינער שמועס, ביי וועלכן דער מאקאווער רב האט דערמאנט זיין באפארשטייענדע נסיעה קיין טשענגער, אונגארן, צום הילולא קדישא פונעם זיידן הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע.


מענין לענין האט מען ארומגעשמועסט איבער די נסיעות צו קברי צדיקים. אזוי אויך האט מען ארומגעשמועסט פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, פון וועם דער פריערדיגער מאקאווער רב איז געווען א תלמיד, מעניני נישואין, שבע ברכות, און נאך פיל. דער מאקאווער רב שליט"א האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן מיט כיבוד, און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.



תגובות


bottom of page