קשר עליון דאורייתא: היסטארישע השתתפות פון ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביי חתונה הגדולה בחצה"ק צאנז
מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
נעכטן אויפדערנאכט ביים גרויסן שמחת החתונה בחצר הקודש צאנז, האט מען מיטן פאסיגן כבוד התורה מקבל געווען פני כבודו פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע וועלכער האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא צו באשיינען די שמחה בבית צדיקים, קומענדיג צופארן קיין קרית צאנז נתני' לכבודו פון ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א כשהשמחה במעונו.
דער ראש הישיבה איז אנטפאנגען געווארן מיטן ניגון צדיק כתמר יפרח, ווען דער גאנצער אויבן אן האט זיך אויפגעשטעלט לכבודו, און דער רבי שליט"א איז קעגנגעגאנגען דעם ראש הישיבה און באגריסט מיט א אויסטערלישע הערצה.
דער ראש הישיבה האט דערנאך פארפירט א תורה'דיגן שמועס מיטן רבי'ן שליט"א אין די סוגיא פון יד עבד כיד רבו, אויף וואס דער רבי שליט"א האט מאריך געווען ביי די פלפול דעם שבת ביים טיש. עס איז געווען א מחזה הוד ווי דער רבי מיטן ראש הישיבה האבן ארומגעקאכט אין די סוגיא, מיט א ריתחא דאורייתא וואס איז געווארן מיטגעהאלטן אינעם גאנצן זאל דורך א מייק, געבנדיג די זכיה פאר די משתתפים ביי די שמחה מיטצוהאלטן דעם שיחת תלמידי חכמים. נאך לענגערע מינוטן האט דער ראש הישיבה אויסגעפירט מיט א ווארעמע ברכת קודש פארן רבי'ן שליט"א צו קענען פירן די עדה הקדושה צו לאנגע געזונטע יארן.
דערנאך האט זיך דער ראש הישיבה אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן חתן און דערנאך א באזונדערע מחול לצדיקים מיט זיידן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.
ביים פארלאזן די שמחה האט מען ווידער געזונגען ניגוני שמחה און דער רבי שליט"א האט, שלא כהרגלו, ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה ביז צו זיין קאר, ונפרדו לשלום.





























תגובות