top of page
להודות ולהלל: מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן גראנדיעזע מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו בחצרות סקולען
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מאסן חסידים ואנשי מעשה, פון איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערזי, האבן זיך דעם מוצאי שבת פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד ביים גראנדיעזן מעמד פון שבח והודאה, דער גרויסארטיגער סעודת הודאה רבתי בחצרות בית סקולען, וואס איז געפּראוועט געווארן בשיר וקול תודה אין די גרויסע זאלן פון "עטרת גאלדא" אין שטאט בארא פארק, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, במקהלות עם רב, צו דאנקען און לויבן דעם


האד' מסקולען באזוכט אין מחנה צעהלים לרגל הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף דורכאויס די זומער וואכן אין מחנה מראה יחזקאל קארלסבורג אין די קאנטרי, איז דעם מוצאי שבת אריבערגעפארן צום מחנה ערוגת הבושם צעהלים אויף די איינלאדענונג פון די הנהלה פון די צעהלימער ישיבה, וואו דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים מלוה מלכה רבתי לקראת די הילולא קדישא פונעם הייליגן ערוגת הבושם זי''ע, פון וועם דער סקולענער רבי שליט"א איז אן אייניקל מצד אביו כ"ק אדמו"ר


מאסן חסידים ואנשי מעשה וועלן מיטהאלטן פייערליכע סקולענער סעודת הודאה אין בארא פארק בצל האחים האדמורי"ם מסקולען
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: JDN מיט שבח והודאה גרייטן זיך טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטצוהאלטן היינטיגן מוצאי שבת קודש די פייערליכע מעמד "סעודת הודאה", וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די סקולענער הויף, ביי וועלכע מען וועט אפגעבן שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים פון די הצלה ושחרור פון די צדיקי בית סקולען, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "נועם אליעזר" זצוק"ל ובנו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "מאור ישראל" זצוק"ל. די ברידער כ"ק האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב ס


התרגשות של שמחה ביים גרויסן בר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים ומעריצים לבית סקולען מיטגעהאלטן די גרויסע שמחת הבר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, הבחור החשוב אלימלך פארטוגאל נ"י, אייניקל פון הגה"צ רבי שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא. פילע חסידים זענען ספעציעל אריינגעקומען פון אלע שטעט און פון די קעטסקילס קאנטריס, כדי צו נעמען א חלק אינעם גרויסן שמחה, זייענדיג די ערשטע שמחה אינעם סקולענער


bottom of page
