top of page
וְיִתְּנוּ לְךָ כֶּתֶר מְלוּכָה • ערב און מוצאי ראש השנה בצל כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


אדמורי"ם-וויזיט אין ווייסן הויז צייכנט אפ היסטארישע געשעעניש אין מלכות של חסד אמעריקע | אויספירליכע דעקונג
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער חרד'ישער אידנטום איבער דער גארער וועלט האט דראמאטיש נאכגעפאלגט די מלכות'דיגע אויפנאמע וואס איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ווייסן הויז, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אין אן אויסערארדנטליכן שריט אויפגענומען ביי זיך אין פאלאץ א דעלעגאציע פון גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צו ברענגען פאר'ן פרעזידענט די צרכי עמך ישראל מרובים, און צוגלייך באדאנקען דעם חסיד אומות ה


נקראים אל המלך: אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ געלאדנט גדולי האדמור"ים צום ווייסן הויז
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור"ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז. אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,


אמא של מלכות: האד' מבאבוב איז מתפלל על קברה פון אמו הרבנית מבאבוב ע"ה אין טאג פון די יארצייט
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער די וואך מאנטאג נאכן באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין לינדען איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן צום באבוב'ער בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו ער האט מתפלל געווען על קברה פון די מוטער די באבובער רעבעצין ע"ה לכבוד די יארצייט, און געלערנט משניות. נאך די עליה לציון איז דער רב שליט"א אריין אינעם אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית באבוב, און מתפלל געווען א תפילה קצרה ביים ציון הקדוש, לקראת די ימי הרחמים והרצו


הערליכע באזוך פון האד' מבאבוב אין שטאט לינדען לכבוד די יארצייט פון אמא של מלכות הרבנית מבאבוב ע"ה
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברהם בערגער נעכטן מאנטאג, אין טאג פון די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מבאבוב ע"ה, אשת חבר הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, איז בנה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין דער שטאט לינדען, וואו דער רב שליט"א איז צוערשט צוגעפארן צום שטוב פון חתנו הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א, דומ"ץ באבוב לינדען, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א משך זמן. שפעטער איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין דער נייער שטאטיש


געהויבענעם יומא אריכתא ראש חודש אלול בצל כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין די קעטסקיל בערג
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי בערגער מיט גרויס התעוררות האבן אלפי חסידי באבוב געפראוועט דעם געהויבענעם טאג ר"ח אלול בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. דעם טאג ר"ח אלול איז ביי חסידי באבוב מאז ומקדם פון די געהויבענסטע זמנים אין יאר ווי מ'גרייט זיך מיט התרוממות הנפש צו די ימי הרחמים ורצון הממשמשים ובאים. לכבוד דעם גרויסן טאג זענען די הונדערטער תלמידי המוסדות פון מתיבתא עץ חיים, ישיבת כרם שלמה, ישיבת עטרת שלמה און ישיבת כרם ציון, אין


שמחת הברית פון נכד האד' מבאבוב פארגעקומען אין מחנה כרם שלמה ד'באבוב אין סאוט פאלסבורג
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער דעם מיטוואך אינדערפרי איז כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען צום מחנה כרם שלמה אין סאוט פאלסבורג, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל ביים רב שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א אבד"ק בית ישראל סידערהויסט זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאפא ירושלים שליט"א. דער רב שליט


אין לשכוח: געהויבענער שבת קודש בצל האד' מבאבוב אין אין מחנה מתיבתא עץ חיים ד'באבוב אין פענסילוועניע
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי בערגער ווערטער זענען צו ארעם ארויסצוברענגען די געפילן פון התרוממות הנפש, וואס וועט שטענדיג געדענקט ווערן ביי די הונטערטער בחורי מתיבתא עץ חיים ד'באבוב, וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם פאלאפענעם שבת קודש פרשת ראה מברכים חודש אלול, ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט געפראוועט דעם שבת בקרב המחנה. די גאנצע שבת איז געפראוועט געווארן אויף א צוגעלאזענע פארנעם און א פערזענליכע אטמאספער, וואו דער רבי האט זיך אראפ


ברוך הבא אין אונזער היים: האד' מבאבוב אנגעקומען אויף יערליכע באזוך אין מחנה שלוה ד'באבוב
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך מיטוואך האבן די טויזנטער תלמידים פון מחנה שלוה ד'באבוב זוכה געווען צו א געהויבענעם טאג ביים ביקור הוד פון די רועה נאמן און נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף די יערליכע ביקור קודש בקרב די תלמידי המחנה און כבקרת רועה עדרו אריבערגעגאנגען צווישן אלע אפטיילונגען אינעם קעמפ זייענדיג מאציל מזיו הוד תפארתו פאר די תלמידים כבנים וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די תינוקות של בית רבן. דער ר


האד' מבאבוב וועט פראווען שבת פ' ראה אין מתיבתא קעמפ אין פענסילוועניע אויסשליסליך מיט די תלמידי הישיבה
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד תלמידי המתיבתא עץ חיים דבאבוב זענען דעם זונטאג געכאפט געווארן אין איבערראשונג ביים ערהאלטן די פריידיגע בשורה אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט ארויסקומען קיין פענסילוועניע, אויף דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ראה הבעל"ט, לעשות את השבת אין קעמפ און דערביי פארברענגען אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים. די פריידיגע בשורה רופט ארויס גרויס התרגשות ביי די תלמידים, נאך א צייט אפשניט פון פיר יאר וואס דער רב שליט"א האט דאס לעצטע מא


עַד מָתַי • תשעה באב בצל כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א במקום הנופש אין ווייטלעיק
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם,JDN


הילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע אפגעצייכנט דורך המוני חסידי באבוב בצל בנו האד' מבאבוב
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי ברגר מיט גרויס התעוררות איז פארגאנגענעם ראש חודש אב אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם רבן של ישראל, כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל, דורך די טויזנטער תלמידים וחסידים, בצל הקודש פון בנו חביבו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. היי יאר איז ערשינען לאור עולם דער זיבעטער און לעצטער באנד פון דעם ספה"ק "דברי שלמה" על התורה, אויף סדר דברים. אינעם ספר האט דער באבובער רב שליט"א אריינגעשריב


גרויסער סעודת הילולא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע אפגעראכטן אין קרית באבוב - בת ים
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר איבער די גאנצע וועלט אין אלע באבובער בתי מדרשים האבן זיך די חסידים צוזאמגענומען סעודות הילולא לכבוד די יארצייט פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע וואס איז אויסגעפאלן ראש חודש אב. אין ארה"ק איז פארגעקומען די צענטראלער סעודת הילולא אינעם קריה נאמנה וואס דער בעל ההילולא האט אויפגעבויעט בדם לבבו, קרית באבוב בת ים, וואו עס זענען געהערט געווארן הערליכע דרשות דורך הגה''צ אבד"ק קרית באב


סעודת ראש חודש בחצה"ק באבוב אינאיינעם מיטן סעודת הילולא פון הרה"ק רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער דעם דינסטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ר"ח תמוז, אינאיינעם מיטן סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי''ע בעל עטרת שלמה. ביי די דברות קודש האט דער רב שליט"א מאריך געווען במשנתו פון בעל ההילולא און ווי גדולי ישראל האבן אים געהאלטן פאר'ן גדול הדור, און איבער זיין הרבצת התורה במיוחד פאר בחורים. דערביי האט דער רב אפעלירט צום ציבור ארויסצוהעלפן און שטיצן די


על דעת הקהל: איניציאטיוו דורך ק"ק באבוב צו שניידן פון הויכע 'וואכן שבע ברכות' קאסטן
פרייטאג פ' קרח • ד' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א פרישע דורכברוך צו לינדערן די אומדערטרעגליכע חתונה-הוצאות וואס באפאלט מחותנים בעת שמחתם, איז געמאלדן געווארן דורכ'ן וועד "חיים של שלום" בק"ק באבוב, די נייע אינציאטיוו צו שניידן די 'וואכן שבע ברכות'. אין א מודעה וואס דער וועד האט נארוואס ארויסגעשטעלט פאר'ן גאנצן ציבור, ווערט ארויסגעברענגט אז אין די פארגאנגענע וואכן האט דער וועד ארויסגעשיקט צו עטליכע צענדליגער מחותנים אינערהאלב די קהלה א פראגע-בויגן דעת הקהל בענין "וואכן טעג שב


וְצִוָּנוּ עַל הַמִּילָה: שמחת הברית פון אור אייניקל ביי האד' מבאבוב און גאב"ד סאטמאר בארא פארק
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מיטוואך העעל"ט איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב שלמה האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הרה"ג ר' חיים שלמה שלאמאוויטש שליט"א זון פון הגאון רבי ישעי' שלאמאוויטש שליט"א מח"ס אבני שוהם, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק. דינסטאג ביי


בארא פארק: הערליכע מעמד החומש סעודה פאר ילדי ת"ת באבוב - לינדען פארגעקומען אין באבובער הויף
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די גרויסער סוכה שע"י ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן די מעמד החומש סעודה פאר די ילדי כתה א' תלמידי מוסדות באבוב אין שטאט לינדען, די מעמד איז מיגטהאלטן געווארן דורך די עלטערן הורי המוסדות, די זיידעס, און די ילדי התלמוד תורה פון די עלטערע כיתות. באלד ביים אנהייב פונעם חומש סעודה, נאכן פתיחת המעמד דורך דער מנהל הרב בן ציון משה יאיר וויינשטאק, האט מען געהאט די זכיה לקבל את פני קדשו פון די נשיא


הערליכע מסיבת שבע ברכות אין מתיבתא ד'באבוב לרגל השמחות במעונם פון האד' מבאבוב און ראש ישיבת באבוב
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער גאר א שיינע שבע ברכות איז פארגעקומען דעם ליל שישי בשמחת בית באבוב, צוגעשטעלט פאר די תלמידי הישיבות, לרגל די טאפלטע שמחה בחצר הקודש, בראש וראשון די שבע ברכות פאר'ן חתן, אן אייניקל ביים נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און די שבע ברכות פון אן אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א. די שבע ברכות איז פארגעקומען בהיכל המתיבתא, במעמד רבנן ותלמידיהון. במשך די שבע ברכות האט דער רב


פנים חדשות: שיינעם שבע ברכות בשמחת בית באבוב מיט השתתפות כבוד פון האד' ממונקאטש
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם דינסטאג נאכט איז פארגעקומען די שבע ברכות לרגל שמחת בית באבוב, צוגעשטעלט דורך די זיידע מצד הכלה הגה''צ רבי חיים אלעזר עסטרייכער שליט"א, מיטן השתתפות כבוד פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. צווישן די אדמור"ים האט זיך אנטוויקלט א לענגערע שיינע שמועס, און דער מונקאטשער רבי איז מכובד געווארן מיט די שבע ברכות נאך ברכת המזון. דערנאך איז מען ארויס אין ריקודין של שמחה און עס איז געשאפן געווארן א מחול לצדיקים דורך ביידע אדמור"ים.


bottom of page
