תיקון גדול: האד' מבאבוב איז מבטל "מכירת עליות ברבים" כדי מרבה צו זיין בכבוד ביהמ"ד
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א פראוו צו מחזק זיין קדושת בית המדרש האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, פארלאפענעם שבת קודש בראשית אינדערפרי, איינגעפירט א נייע תקנה צו מבטל זיין דער ביז איצטיגער סדר פון פארקויפן די עליות פאר קריאת התורה, אז עס זאל נישט זיין קיין שום הפסק צווישן דעם דאווענען און קריאת התורה, און אזוי צו פארמיידן שיחה בטילה אין די קורצע צייט וואס עס נעמט פאר'ן פארקויפן די עליות.
די דאזיגע שריט איז נישט קיין נייער איינפיר, נאכדעם וואס שוין א סך יארן צוריק איז איינגעפירט געווארן דורך דער רב שליט"א, אז מען פארקויפט נישט די עליות פאר'ן ליינען, טאקע מיט'ן זעלבן ציל, צו מנוע זיין פון הפסק און בעיקר כדי מרומם צו זיין דעם כבוד בית ה'.
אנדערש ווי די איבעריגע עליות, איז נאר געבליבן איינגעפירט אז מען פארקויפט דעם זכות פון די עלי' פון "שישי", צו וועלכער כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז עולה לתורה, אנגעהויבן מיט'ן סכום פון $3,600 און העכער לכל המרבה במחיר, דערמיט צו נעמען א חלק בהוצאות צרכי בית המדרש, און דער באבובער רבי שליט"א מאכט נאכ'ן עולה זיין א ספעציעלן מי שברך פאר'ן קונה הזכות.
אבער מיט'ן שטענדיגן ציל פאר די אויגן, כסדר נאך מער מרומם צו זיין דעם קרן קדושת בית המדרש, האט דער רבי שליט"א געמאלדן פארלאפענעם שבת בראשית, אז אויך די קורצע הפסקה צו פארקויפן אין קורצן די עלי' פון שישי וועט נתבטל ווערן, נאכדעם וואס בדרך כלל איז די עלי' סיי ווי שוין פארקויפט פון פריער.
דער רב שליט"א האט פארפירט איבער דעם א לענגערן שמועס ביים וועכנטליכן שיעור וואס דער רבי שליט"א לערנט פאר פאר'ן דאווענען אין ספה"ק "דברי חיים". דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט, אז הגם מען רעדט בלויז פון די ממש געציילטע רגעים וואס עס געדויערט צו פארקויפן די עלי', שפירט ער פאר א פליכט דאס אויך מבטל צו זיין, כדי נישט צו געבן קיין געלעגנהייט אז מען זאל אין די קורצע צייט פארפירן שיחות בטלות, פון וואס עס איז נאכדעם שוין שווערער זיך אפצורייסן ביים אנהייבן "אתה הראת" פאר'ן ליינען.
בין השיחים האט דער רבי שליט"א מעורר געווען דעם ציבור, אז נאכדעם וואס מען פארלייגט אזויפיל כוחות מרבה צו זיין כבוד בית המדרש וכבוד התפלה, זאל יעדער איינער מוסיף זיין מדילי' און זיך אונטערנעמען פרישע קבלות טובות בענין קדושת המקדש, זיך צו האלטן מיט אן ערנסטקייט במשך דער גאנצער צייט וואס מען געפינט זיך אין בית המדרש ביים דאווענען.
שפעטער, פאר קריאת התורה, האט דער רב שליט"א ווידער אויפגעטרעטן מיט אמרי קודש פאר'ן גאנצן קהל הקודש, איבערגעבנדיג דעם באשלוס אז מען וועט מער נישט פארקויפן די עליות.
דערביי האט דער רבי שליט"א געבעטן דעם ציבור אז מען זאל מוסיף זיין מיט קבלות טובות לרומם בית ה', דורך זיך אונטערנעמען נישט צו רעדן אפילו "בין גברא לגברא", ווען מען האט שוין סיי ווי איינגעפירט מקצר צו זיין ביי די מי שברך'ס, אזוי אז צווישן איין ברכה און די צווייטע געדויערט ווייניגער ווי דריי פערטל מינוט, וואס אין די קורצער צייט קען זיכער יעדער זיך איינהאלטן פון רעדן, און אזוי צוהעלפן מרבה צו זיין נאך מער דעם קדושת בית המדרש.






תגובות