top of page
הערליכע שמחת התנאים בחצרות תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף - לעלוב געפראוועט אין הר יונה
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א גרויסן צאל חסידים ואנשי מעשה האבן היינטיגן מאנטאג מיטגעהאלטן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון הרה"צ רבי יוחנן שטערן שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א טאכטער פון בן זקוניו הרה"צ רבי ישכר בעריש קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק הר יונה איידעם פון כ"


היסטארישער אוהל אין ליסקא רענאווירט געווארן לקראת די הילולא קדישא י"ד אב הבעל"ט
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג שטייענדיג שוין סמוך ונראה צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל אך פרי תבואה איז דער היסטארישע אוהל פון צדיקי בית ליסקא זי''ע אריבער א גענצליכע רענאוואציע, צו פארבעסערן און פארגרינגערן פאר די טויזענטער אידן וואס קומען דורכאויס די יאר מתפלל זיין ביי די ציונים פון די ליסקא'ער רביים זכותם יגן עלינו אין שטאט ליסקא אין אונגארן. צוליב דעם וואס דער סטרוקטור פונעם ביז יעצטיגן אוהל האט זיך געפונען אין זייער


גינסטיגע דערגרייכונג פאר מוסדות התורה אין ניו יארק נאך זיצונג דורך גדולי האדמור"ים מיט קאנגרעסמאן מייק לאולער
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג האט יהדות אמעריקע אויפגענומען מיט פרייד די גוטע נייעס אז וויכטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר חינוך, וועלכע טוט גאר שטארק ארויסהעלפן דעם עקזיסטענץ פון היימישע מוסדות און ישיבות אין די פאראייניגטע שטאטן, איז ב"ה אפגעראטעוועט געווארן, און וועט ווייטער בע"ה אנקומען צו די מוסדות און ישיבות, און ערמעגליכן די מוסדות צו ווייטער אנגיין ביתר שאת ויתר עוז. דער זארג האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מיט א יאר צוריק איז באשטעטיגט געווארן פרע


ירושלים: שמחת הברית בבית דושינסקיא - מאור חיים - שומרי החומות
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN די וואך זונטאג איז פארגעקומען אין ירושלים די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא א זון פון זיין איידעם הרב אלעזר ארנסטר זון פון הרה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים שליט"א, דאפלטע אור אייניקל פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, די שמ


מעמד הנחת אבן הפינה דורך ראש הישיבה הגרמ"צ בערגמאן ביים ביהמ"ד החדש אלכסנדר בנשיאות גיסו האד' מאלכסנדר
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט פארמיטאג איז דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א אנגעקומען אויף א באשיידענעם מעמד הנחת אבן הפינה ביים שטח הבניה פונעם נייעם בית המדרש הגדול מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר אין בני ברק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה איז איינגעלאדנט געווארן צום גרויסן מעמד הנחת אבן הפינה וואס איז פארגעקומען פארלאפענע וואך, אבער צוליב א שוואכקייט וואס האט אי


קומי רוני בלילה: האד' משבט הלוי ביי תיקון חצות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתו
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה טוט כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א אפרעכטן "תיקון חצות" יעדן טאג פון די ימי בין המצרים, כמנהג החתם סופר ותלמידיו, אין די ישיבה הגדולה שבט הלוי אין בני ברק, וואו א גרויסער ציבור חסידים באטיילגט זיך טאג טעגליך. נעכטן זונטאג האט דער רבי אפגעהאלטן דעם מעמד תיקון חצות אין ירושלים עיה"ק, וואו תלמידי וחסידי שבט הלוי תושבי ירושלים האבן זיך צוזאמענגעקליבן אין בית המדרש, צו קלאגן אויפן חורבן הבית, זכו


וירא מנוחה: האד' מבית חיים יהושע און בנו גאב"ד סאטמאר מאנסי אויף אפרוה אין די קאנטרי
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


בני ברק: שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי האד' מלעלוב
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, א זון פון זיין זון הרה"ג ר' מרדכי אלעזר בידערמאן שליט"א איידעם פון הרה"ג ר' אברהם מקובצקי שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד לעלוב אין די שיכון ה' געגנט אין בני ברק.


התרגשות של שמחה ביים גרויסן בר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים ומעריצים לבית סקולען מיטגעהאלטן די גרויסע שמחת הבר מצווה פונעם בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, הבחור החשוב אלימלך פארטוגאל נ"י, אייניקל פון הגה"צ רבי שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא. פילע חסידים זענען ספעציעל אריינגעקומען פון אלע שטעט און פון די קעטסקילס קאנטריס, כדי צו נעמען א חלק אינעם גרויסן שמחה, זייענדיג די ערשטע שמחה אינעם סקולענער


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מסקולען לעיקוואד ווערט געזעהן ביים ליינען קריאת שמע ביים שמחת הוואך נאכט פון א אייניקל ביי הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו פון לעיקוואד מגדולי תומכי המוסדות. דער משגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א ביים אנוואונטשן דער בר מצוה בחור א זון פון הרה"ח ר' משה יוסף צימעט משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן. היכי דמי קידוש ה': האדמו"ר מזוועהיל פון אמעריקא ווערט געזעהן אין א פריינטליכע שמועס מיט א פרייע איד אינעם JFK לופטפעלד ווארטנ


היסטארישע באגעגעניש צווישן משלחת נכבדה פון האד' מגור ביים מעיאר פון שטאט ראדזימין אפצוראטעווען ארטיגן בית החיים
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א דראמאטישע צונויפטרעף איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן צווישן הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מיט'ן הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט ראדזימין אין פוילן, וואו הרה"צ ר' ישראל מנחם האט בשליחות הקודש פון מר אביו דער גערער רבי פארגעלייגט די פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח בית החיים העתיק אין שטאט, וואס איז ליידער אין לויף פון די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שאסיי און פארק. אין דעם


יערליכע באזוך פון האד' משאץ וויזניץ אין לאנדאן לטובת מוסדותיו; הערליכע שבת אין נייעם ישוב קענווי איילענד
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף די יערליכע באזוך אין לאנדאן הבירה לטובת מוסדותיו הקדושים, און דאסמאל געפראוועט אן ערשטמאליגע שבת אינעם נייעם ישוב קענווי איילענד איבערלאזנדיג א טיפן רושם אויף די ארטיגע תושבים. דער רבי איז אנגעקומען בשערי העיר מאנטאג פנחס צום גאלדערס גרין געגענט, וואו דער רבי האט געוויילט ביז ענדע וואך, ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט קיין קענווי איילענד, נאכדעם וואס די ארטיגע


טויזנטער וויזניצער חסידים האבן אויסגעגאסן דאס הארץ ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי חסידי וויזניץ, האבן פאריגן ליל שישי איבערגעפולט דעם רחבת הכותל המערבי ביים ערשטמאליגן און געהויבענעם מעמד תפילה וזעקה. טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף פון אלע עקן ארץ ישראל, האבן אפגעשטעלט זייער סדר היום און געשטראמט צום שריד בית מקדשנו, במקום שלא זזה ממנו שכינה, איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רעיא מהימנא קדישא, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער געפינט זיך שוין קרוב צו צ


יערליכע דינער קשר אחד לטובת איחוד מוסדות באבוב 45 פארגעקומען אין שטאט מאנסי
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט די יערליכע דינער "קשר אחד" לטובת איחוד מוסדות באבוב-45 אין בארא פארק. די מסיבה ווערט פארופן דורך הנגיד ר' יחזקי' שאהנבערגער הי"ו וואס פלעגט יאר יערליך צושטעלן די מסיבה אין זיין שטוב און צוליב די ריבוי עם איז די מסיבה אין די לעצטערע יארן אריבערגעפירט געווארן צו א זאל. די היי יעריגע דינער איז פא


רייע ביקורי קודש ביי גדולי ישראל אדמור"ים ורבנים אין בעפארברייטונג צום היסטארישן "היכלות" פארשטעלונג
מוצאי שב"ק פ' מטות מסעי • כ''ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין בעפארברייטונג צום ערשטמאליגן "היכלות" פארשטעלונג דעם קומענדיגן בין הזמנים אין די ריזן זאלן פון בניני האומה אין ירושלים, האבן די אנפירער וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט אפגעשטאט א סעריע געהויבענע ביקורי קודש במעונם פון די גדולי האדמו"רים וראשי הישיבות, וואו זיי האבן ערהאלטן ברכת קדשם און די הדרכה פון די רועי ישראל. די חברי הוועד פונעם פראיעקט אין שפיץ פונעם באקאנטן חוקר און מומחה אין די פעלד פון יודאיקע און חפצי קודש


סעודת הילולא פון הגה"ק אבד"ק קראסנא זצ"ל פארגעקומען במקום שנסתלק אותו צדיק אין מחנה "אהל ברוך" דקראסנא
פרייטאג פ' מטות מסעי • כ''ה תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם זונטאג איז אויסגעפאלן די 47'סטע יארצייט פונעם צדיק און גאון הגה"ק רבי הילל ליכטענשטיין זי"ע אבד"ק קראסנא, וואס האט געהאט א גרויסן חלק אין צוריקשטעלן אידישקייט אין אמעריקע נאך'ן גרויסן חורבן. א גרויסער ציבור איז, ווי יעדעס יאר, ארויסגעפארן צום ציון הק' ביום ההילולא אויף דער קראסנער חלקה אינעם בית החיים "בית משה" אין לאנג איילענד. הונדערטער תלמידים וחסידים האבן זיך צוזאמגענומען מוצאי שבת צו פראווען די סעודת הילו


מעמד כבוד התורה אין ק"ק דושינסקיא אין בני ברק דורך חבורת "שקדו ושמרו" לקניני תורה והלכה
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


יחליפו כח: האד' מטשערנאוויץ אויף אפרוה צווישן די קאנטרי בערג
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN


ניחום אבלים ביי האד' מנדבורנא על פיטרת אחותו הרבנית לייפער מבישטינא ע"ה | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דורכאויס די וואך האבן מנחם אבל געווען ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א פון בארא פארק, נאך די פטירה פונעם רבי'נס עלטערע שוועסטער, הרבנית הצדיקת מבישטינא ע"ה, אלמנת הרה"צ רבי ישראל חיים לייפער זצ"ל, האדמו"רים מבאבוב 45, מונקאטש, לעלוב, דעם רבי'נס שוואגערס האדמו"רים מדינוב און וויעליפאלי, האדמו"רים מגאלאנטא, קאליש, קאליש וויליאמסבורג, מאשלוי, הגאונים הצדיקים, דומ"ץ טאהש בארא פארק, ראש ישיבת בית מאיר ואבד"ק


בעצי היער: הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א שפאצירט מיט האד' מתולדות אברהם יצחק צווישן די פעלדער אין הר יונה
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג איז המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א אנגעקומען צום ישוב הר יונה אין נוף הגליל, וואו דער משפיע שליט"א האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און דערביי ארויס אינאיינעם אויף א שפאציר אונטער די פרישע לופט אין איינע פון די וועלדער אין דער אומגעגנט פון שיכון מעזריטש און הר יונה, וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה. עס איז דערביי פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס, צוערשט איבער'ן הייל


bottom of page
