יערליכע באזוך פון האד' משאץ וויזניץ אין לאנדאן לטובת מוסדותיו; הערליכע שבת אין נייעם ישוב קענווי איילענד
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני יום אחד (1)
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף די יערליכע באזוך אין לאנדאן הבירה לטובת מוסדותיו הקדושים, און דאסמאל געפראוועט אן ערשטמאליגע שבת אינעם נייעם ישוב קענווי איילענד איבערלאזנדיג א טיפן רושם אויף די ארטיגע תושבים.
דער רבי איז אנגעקומען בשערי העיר מאנטאג פנחס צום גאלדערס גרין געגענט, וואו דער רבי האט געוויילט ביז ענדע וואך, ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט קיין קענווי איילענד, נאכדעם וואס די ארטיגע קהילה האט איינגעלאדנט דעם רבי'ן שליט"א צו קומען פראווען א שבת קודש אינעם נייעם בליענדן ישוב.
תיכף נאכן אנקומען דאנערשטאג אויפדערנאכט, האט דער רבי געדאוונט מנחה מעריב אינעם בית המדרש המרכזי פונעם ישוב, נאכגעפאלגט מיט א מעמד קבלת פנים, ביי וועלכן דער גאנצער ציבור תושבי העיר איז אריבער שלום נעמען.
פרייטאג אינדערפרי, נאך תפילת שחרית, האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אינעם ארטיגן תלמוד תורה. דער רבי האט קודם באזוכט צווישן די עלטערע כיתות און פארטיילט ספעציעלע פרסים פאר די קינדער אלס אנערקענונג אויף זייערע הצטיינות אין די לימודים, שפעטער איז דער רבי אריבער אויף א מעמד מיט די קינדער פון די יונגערע קלאסן, וואו דער רבי האט משמיע געווען ווארעמע דברי חיזוק והתעוררות פאר די טייערע תינוקות של בית רבן. צום שלוס פונעם באזוך זענען אלע קינדער דורכגעגאנגען באקומען מיני מתיקה.
דער שבת קודש אין קענווי איילענד איז געווען א געהויבענער איבערלעבעניש מעין עולם הבא ווען אלע תפילות און די טישן זענען מיטגעהאלטן געווארן דורך פילע תושבי העיר אויפן וויזניצער שטייגער, ביי שלוש סעודות האט דער רבי משמיע געווען דברים חוצבים להבות אש, דברי חיזוק ספעציעל איבערן חשיבות פונעם נייעם ישוב, און האט דערביי דערציילט פילע זכרונות פון זיין גרויסן זיידן, דער הייליגער מקור ברוך פון סערט וויזניץ זצ"ל, ווען ער האט מייסד געווען די בארימטע שיכון רמת וויזניץ אין חיפה וואס איז אין יענע יארן געווען א ארץ לא זרועה, און דערביי מחזק געווען די תושבים וואס זענען די מייסדים פון א ישוב וואס וועט זיין א עיר ואם בישראל מיטן אויבערשטנס הילף.
מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן א שיינעם מלוה מלכה בבית הנגיד רבי מתתיהו קלאר, וואו דער רבי האט פארברענגט א לענגערע צייט מיט סיפורי צדיקים ועובדות קודש. נאכדעם האט דער רבי מקיים געווען די זעלטענע מצוה פון שילוח הקן אינעם הויף פונעם דירה צום ערשטן מאל אינעם לעבן. נאכן מקיים זיין די מצוה האט דער רבי געפירט א מסיבת לחיים און ארומגערעדט איבער די סגולות און די גרויסקייט פון דעם זעלטענעם מצווה.
נאך שבת איז דער רבי צוריקגעפארן קיין גאלדערס גרין, זונטיג האט דער רבי באזוכט בבתי נדיבים בעם לטובת די מוסדות הקדושים, מאנטאג האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך בבית הנגיד רבי אליש ענגלענדער וואו מען האט געדאוונט מעריב, און שפעטער באזוכט ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וואו די אדמורי"ם האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח זכרונות קודש מבית אבותם, דינסטאג האט דער רבי זיך אומגעקערט בשלום לביתו נאווה קודש אין שטאט חיפה.






















