top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הנחת אבן הפינה דורך ראש הישיבה הגרמ"צ בערגמאן ביים ביהמ"ד החדש אלכסנדר בנשיאות גיסו האד' מאלכסנדר

  • 13 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

היינט פארמיטאג איז דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א אנגעקומען אויף א באשיידענעם מעמד הנחת אבן הפינה ביים שטח הבניה פונעם נייעם בית המדרש הגדול מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר אין בני ברק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א.


דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה איז איינגעלאדנט געווארן צום גרויסן מעמד הנחת אבן הפינה וואס איז פארגעקומען פארלאפענע וואך, אבער צוליב א שוואכקייט וואס האט אים באפאלן האט ער זיך נישט געקענט פערזענליך משתתף זיין, און דעריבער האט ער געוואלט משלים זיין דעם באזוך, און טראץ די גרויסע טרחה האט ער זיך אנגעשטרענגט אראפצוקומען צום שטח הבניה אויף די אחיעזר גאס אין בני ברק און צו לייגן דעם אבן הפינה.


לכבוד דעם באזוך איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אריבערגעקומען אויפ'ן ארט צו מקבל פנים זיין זיין חשוב'ן שוואגער דער ראש ישיבה שליט"א, און עס איז דערביי געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער די גרויסע זכות פון אויפבויען א בית ה', א מקום תורה ותפלה, וואס וועט דינען אלס אבן שואבת פאר חסידים ואנשי מעשה צו לאנגע יארן.


דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם ראש ישיבה צו גיסן צעמענט אינעם אבן הפינה וואס מען האט געגאסן פארלאפענע וואך, און דער ראש ישיבה האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן דעם רבי'ן אז מען זאל בקרוב זוכה זיין צו זען דעם בנין שטיין על תילו בנוי לשם ולתפארת. נאך וואס דער ראש ישיבה האט פארלאזט נאך דעם מעמד, איז דער רבי שליט"א פארבליבן און געהערט א באריכט פון די בוי-מייסטער איבער די ווייטערדיגע בוי-ארבעט, ווען מ'גרייט זיך שוין צום קומעמדיגן שטאפל ארויפצוציען די יסודות הבנין.



תגובה אחת


מרדכי
15 ביולי

ב"ה, אפשר וויס איינער צו זאגן ויאזוי זענען זיי שוואגערס? אתמהה מאוד!

לייק
bottom of page