רייע ביקורי קודש ביי גדולי ישראל אדמור"ים ורבנים אין בעפארברייטונג צום היסטארישן "היכלות" פארשטעלונג
- לפני דקה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' מטות מסעי • כ''ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין בעפארברייטונג צום ערשטמאליגן "היכלות" פארשטעלונג דעם קומענדיגן בין הזמנים אין די ריזן זאלן פון בניני האומה אין ירושלים, האבן די אנפירער וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט אפגעשטאט א סעריע געהויבענע ביקורי קודש במעונם פון די גדולי האדמו"רים וראשי הישיבות, וואו זיי האבן ערהאלטן ברכת קדשם און די הדרכה פון די רועי ישראל.
די חברי הוועד פונעם פראיעקט אין שפיץ פונעם באקאנטן חוקר און מומחה אין די פעלד פון יודאיקע און חפצי קודש הרב יהודה ברייער, דער שריפטשטעלער און היסטאריקער הרב טוביה פריינד שליט"א, און הגאון רבי יצחק ישעי' ווייס גאב"ד נווה אחיעזר זענען אריין בקודש פנימה צו די גדולי ישראל, ווערנדיג אויפגענומען מיט א חיבה יתירה. צווישן די גדולים האבן זיי באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, און האדמו"רים מסאדיגורא, מודזיץ, אלכסנדר, זוועהיל, נדבורנא ירושלים, און קוזמיר, דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י, הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונאוויזש, הגאון הגדול רבי שלמה מחפוד, האדמו"ר הרה"צ רבי שלמה בוסו שליט"א, הגאון רבי שרגא שטיינמאן שליט"א ראש ישיבת ארחות תורה, הגאון רבי יצחק שאול קנייבסקי שליט"א און נאך.
אין לויף פון די באזוכן האבן די חברי הוועד פארגעשטעלט די פילע אייגנארטיגע אפטיילונגען פונעם פראיעקט, די הונדערטער חפצי קודש, סגולת מלכים און זעלטענע ווערדפולע כתבי יד וואס וועלן דארט ארויסגעשטעלט ווערן פארן ציבור. די אדמו"רים וראשי הישיבות האבן ארויסגעוויזן גרויס אינטערעס און זיך פארטיפט אין די רשימות מיט גרויס קורת רוח.
טייל פון די אדמו"רים און גדולי ישראל האבן סומך ידיהם געווען אויף די אנפירער פונעם עקספאו, און באוויליגט ארויסצונעמען מבית גנזם רייכע און היסטארישע חפצי קודש, זיי אנפארטרויענדיג אין די הענט פונעם וועד כדי דער ברייטער ציבור זאל קענען נהנה זיין און זיך אנווארעמען לאורם של צדיקים.
די אדמו"רים שליט"א האבן שטארק ארויסגעהויבן די חשיבות פון מחזק זיין די אמונת חכמים און דעם קשר הדורות דורך דעם וואס מען זעט מיט די אייגענע אויגן די מלבושים און כלי קודש פון די פריעדיגע צדיקים, וואס דאס ברענגט אריין א געוואלדיגע יראת שמים ביי די קומענדיגע דורות, און האבן מאציל געווען ווארעמע ברכות פאר די חשובע עסקנים, און פאר די הצלחה פונעם פראיעקט.










































