סעודת הילולא פון הגה"ק אבד"ק קראסנא זצ"ל פארגעקומען במקום שנסתלק אותו צדיק אין מחנה "אהל ברוך" דקראסנא
- לפני 2 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' מטות מסעי • כ''ה תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם זונטאג איז אויסגעפאלן די 47'סטע יארצייט פונעם צדיק און גאון הגה"ק רבי הילל ליכטענשטיין זי"ע אבד"ק קראסנא, וואס האט געהאט א גרויסן חלק אין צוריקשטעלן אידישקייט אין אמעריקע נאך'ן גרויסן חורבן.
א גרויסער ציבור איז, ווי יעדעס יאר, ארויסגעפארן צום ציון הק' ביום ההילולא אויף דער קראסנער חלקה אינעם בית החיים "בית משה" אין לאנג איילענד.
הונדערטער תלמידים וחסידים האבן זיך צוזאמגענומען מוצאי שבת צו פראווען די סעודת הילולא און איבער'חזר'ן משנתו הטהורה והבהירה, ווי אזוי זיך צו מחזק זיין אנטקעגן די נסיונות התקופה און זיך דערהאלטן אין גלות אמעריקע.
די צענטראלע סעודת הילולא איז פארגעקומען, במקום שנסתלק אותו צדיק, אין מחנה "אהל ברוך" דקראסנא אין מאנטיסעלא, בראשות מ"מ כ"ק הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א.
אויך איז פארגעקומען אין שטאט א מלוה מלכה בביהמ"ד קהל עדת קראסנא אין בארא פארק, וואו עס האבן אויפגעטרעטן תלמידים פונעם רב זצ"ל.







