היסטארישער אוהל אין ליסקא רענאווירט געווארן לקראת די הילולא קדישא י"ד אב הבעל"ט
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג שטייענדיג שוין סמוך ונראה צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל אך פרי תבואה איז דער היסטארישע אוהל פון צדיקי בית ליסקא זי''ע אריבער א גענצליכע רענאוואציע, צו פארבעסערן און פארגרינגערן פאר די טויזענטער אידן וואס קומען דורכאויס די יאר מתפלל זיין ביי די ציונים פון די ליסקא'ער רביים זכותם יגן עלינו אין שטאט ליסקא אין אונגארן.
צוליב דעם וואס דער סטרוקטור פונעם ביז יעצטיגן אוהל האט זיך געפונען אין זייער א נאכגעלאזטע צושטאנד, און אזוי אויך איז די עלעקטריק אינעם אוהל געווען אין א היבש אפגענוצטע מצב, איז דער גאנצער אוהל איבערגעבויט און איבערגעפרישט געווארן אויף גאר א פראכטפולע פארנעם, אז די טויזנטער אידן וואס קומען דורכאויס די יאר צום שטאט ליסקא, זאלן דארט קענען מתפלל זיין מיט א רואיגקייט.
א באזונדערע דגוש איז געלייגט געווארן אפצוהיטן די ארגינעלע ווענט פונעם אוהל, ספעציעל די וואנט וואו עס איז מקום מנוחתו כבוד פון הרה"ק בעל טל חיים מליסקא זי''ע, אויפ'ן ארט וואו עס האט פאסירט דער מורא'דיגער מעשה בעפאר די לויה פונעם טל חיים זי''ע, ווען זיין זון דער בעל "שערי הישר" מליסקא זצ"ל הי''ד, איז געגאנגען מיט א מנין אידן בעטן ביים ציון פונעם זיידן דער הייליגער "אך פרי תבואה" זי''ע, ער זאל מאכן פלאץ פאר זיין איידעם דער טל חיים זי''ע, און בדרך פלא האט מען דעם קומענדיגן אינדערפרי געטראפן גענוג פלאץ, און ביזן היינטיגן טאג קען מען זען ווי זיין מצבה שטייט ממש צוגעקלאפט צו דער וואנט, וואס דאס דינט ווי אן אייביגער זכר צו דעם נס וואס האט דאן פאסירט.
אין צוזאמענהאנג מיט די רענאוואציעס ביים אוהל הק', איז אויך באנייט געווארן די הכנסת אורחים "שרה דער בעקערין – בנין אוהל לאה", לזכרה פון די באקאנטער צדיקת שרה דער בעקערין, דער מוטער פונעם הייליגן אך פרי תבואה, וואס וועט דינען די פילע טויזנטער מתפללים וואס קומען קיין ליסקא דורכאויס דעם יאר.
די הכנסת אורחים מיט אלע נויטיגע באדערפענישן איז אויפגעשטעלט געווארן דורך דער געטרייער עסקן הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג שליט"א, און וועט געבן פארן ציבור א רואיגע און באקוועמע ארט צו קענען זיך דערפרישן און מתפלל זיין מיט מער הרחבת הדעת.










