top of page
הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אפגעקויפט זכות שער העזרת נשים אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר מיט האלב מיליאן דאלאר נדבה
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט אין סאמע ברען די אנגייענדע בוי ארבעט צו פארענדיגן דעם איבערבוי פראיעקט ביים תל תפליות ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, און אין צוזאמענהאנג מיטן "פלטרין של מלך" קאמפיין צו דעקן די שווערע מיליאנען וואס די פראיעקט נעמט אריין, האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א דעם דינסטאג אוונט אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אין מאנסי, וועלכער האט געשאנקן די פאנטא


טויזנטער ביים מסע הלוי' פון הגאון הגדול רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל מייסד וראש ישיבת "תפארת משה" אין מאנסי
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN מיט פארקלעמטע הערצער האבן טויזנטער תלמידים, מעריצים און תושבי מאנסי אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים באגלייטן למנוחת עולמים דעם ארון פון הגאון הגדול רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל מייסד וראש ישיבת "תפארת משה" אין מאנסי וועלכער איז נעכטן דינסטאג פלוצים נסתלק געווארן אין עלטער פון אכציג יאר, איבערלאזנדיג א שווערן בראך און א טיפן חלל פאר די הונדערטער תלמידים ושומעי לקחו וואס קענען זיך נאך נישט בארואיגן פון דעם פלוצימ


שאלו שלום ירושלים: האד' מצאנז זוועהיל איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארה"ק
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דורכאויס דעם באזוך פון כ''ק האדמו''ר מצאנז זוועהיל שליט"א אין ארץ ישראל, לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים.דאנערשטאג חוקת בלק האט דער רבי זיך משתטח געווען אויף די ציונים הקדושים אין גליל און מעתיר זיין בבקשות ותחנונים על הכלל ועל הפרט. די דברי התעוררות ביי די ציונים הקדושים, די תהלים בהשתפכות הנפש, און די בקשות ותחנונים איז געווען א חטי


מעמד לחיים און סיום משניות ככלות השלושים לפטירתו פון הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל בן האד' מוואסלוי וחתן האד' מבוהוש
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ככלות השלושים נאך די פריצייטיגע פטירה פון פרי עץ חיים הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל, רב בית המדרש וואסלוי אין בני ברק, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, איז נעכטן דינסטאג אפגעהאלטן געווארן א מעמד לחיים און סיום משניות לעילוי נשמתו בבית מדרשו פון אביו כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, וואו דער חשוב'ער נפטר האט געדינט אלס רב רבות בשנים, ובהשתתפות פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א. אנהייב


בהיכלו דרשב"י: האד' מפינסק קארלין אויף שבת אין אתרא קדישא מירון
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אפ"ק


מאסן חסידים האבן געפראוועט הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע אין שטעטעלע לודמיר אין אוקריינע
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דאס שטעטל לודמיר אין אוקראינע איז די פארלאפענע וואך, כ"ב תמוז, פארוואנדלט געווארן אין אן אבן שואבת, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצוות תבל האבן געפראוועט די יומא דהילולא קדישא פונעם צדיק נשגב הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע הי"ד, באתרא דמר, פוקד צו זיין דעם ביים הייליגן מקום מנוחה פונעם בעל ההילולא. די גאנצע הילולא קדישא איז אנגעפירט געווארן מיט גרויס סוקסעס דורך די "הכנסת אורחים לודמיר" אונטער די פירערשאפט פונעם באקאנטן עסקן


האד' מטשארנאביל איז מתפלל ביים ציון פון חותנו הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל לכבוד די יארצייט
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן דינסטאג כ"ח תמוז איז כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א אנגעקומען קיין עיר הקודש ירושלים, וואו דער רבי האט מתפלל געווען ביים ציון פון חותנו הגה"צ חו"פ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל, במקום מנוחתו אויפן הר המנוחות. נאכ'ן עלי' לציון, איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום דערנעבנדיגן ציון הק' פון הרה"ק מבעלזא זי"ע און דארט מתפלל געווען א תפילה קצרה. פריער אין טאג נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים בהיכל ישיבתו אין אשדו


אויסגאבע טישל • פרשת דברים
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


ק"ק בעלזא אין אנטווערפן לעבט מיט געהויבענע טעג בצל הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בעלזא אין שטאט אנטווערפען האבן מיטגעהאלטן א פולע וואך מלא חיזוק, ביים באזוך פון הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט איו שטאט מחזק צו זיין די קהילה און זיך אומקוקן פון דער נאענט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אנטוויקלונגען אין די בתי מדרשים און מוסדות התורה והחינוך דחסידי בעלזא. ביים אנקומען אין שטאט האט הרב חיים מאיר ערשט באזוכט די רבני העיר, ובראשם דער מרא דאתרא


מעמד כבוד התורה וחלוקת פרסים אין ישיבת "תורת ישראל" – קרעטשניף קרית גת
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי לוי


שיינעם עולם ביי שמחת הבר מצוה בחצרות מאשלוי - קאלוב - לימינוב
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברהם משה ש.,JDN שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, א זון פון זיין זון הרב נפתלי ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד מאשלוי אין בארא פארק.


יארצייט סעודה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל אין ירושלים אין שפיץ פון האדמור"ים לבית זוועהיל
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם זונטאג (דברים) ז"ך תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצוק"ל, לכבוד די יארצייט איז ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא אנגעקומען קיין ארץ ישראל וואו די רבי שליט"א האט כמידי שנה בשנה אפגעראכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו של בעל ההילולא אין די רמת שלמה געגנט אין ירושלים, עס האט זיך אויך משתתף געווען ביים סעודה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אר


אנטווערפן: שמחת הבר מצוה פון נכד האד' מפשעווארסק משולב מיט יערליכע מעמד צאתכם לשלום
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: רפי לערער, שרוליק ק,JDN הונדערטער חסידי פשעווארסק און תושבי אנטווערפן האבן מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די שמחת הבר מצווה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט"א, א זון פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א, איידעם פון הרה"ג רבי שמואל מאיר שטויבער שליט"א, די שמחה איז געווען משולב מיטן מעמד "צאתכם לשלום" ביי וועלכן מען האט זיך געזעגנט פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א איידער דער רבי לאזט זיך


זעלטענע כתב יד פונעם בעל "מגן אברהם" מבית גנזיו פון האד' מראחמיסטריווקא וועט ערצייגט ווערן ביים היכלות פארשטעלונג
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג ווען שלומי אמוני ישראל בארצינו הקדושה גרייטן זיך מיט גרויס שפאנונג צו דער גראנדיעזער "היכלות" פארשטעלונג אין די גיגאנטישע בנייני האומה אין ירושלים, קומט אריין די נייעס איבער אן אומשאצבארער היסטארישער אוצר, וואס די ראשי המארגנים האבן נעכטן ערהאלטן בעת א ספעציעלן באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. ווי שוין ברייט באריכטעט, טוען די ארגאניזירער פונעם פארשטעלונג — אין שפיץ פונעם באקאנטן חוקר ומומחה אי


שמחת התנאים לרגל שידוך שליסן אין הויפן פון טאלנא און אוסטראוו קאלושין
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם זונטאג (דברים) איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין שליט"א פון ירושלים, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' פנחס ארנסטר שליט"א זון פון הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אבד"ק מאור חיים צפת און איידעם פון הגה"צ רבי חיים היילפרין אבד"ק דברי חיים גאלדערס גרין, די שמחה איז פארגעקומען אין די גרויסער טאלנא קלוי


האד' מתולדות אהרן פוקד געווען ציון הק' קערעסטיר לרגל ערב ראש חודש
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף אפרוה אינעם שטעטל מאד אין אונגארן, איז נעכטן – נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אין איהעל בעצם יומא דהילולא – צוגעפארן צום דערנעבנדיגן שטאט קערעסטיר, פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת פונעם צדיק און פועל ישועות הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש מנחם אב. אנקומענדיג קיין קערעסטיר האבן די עסקנים פון רבי ישעי'לעס הויז און


ההרים והגבעות: האד' ממבקשי אמונה אויף אפרוה אין דאוואס שווייץ
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי. פ. אין די יעצטיגע זומער וואכן וויילט כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א אין די בארימטע קור-ארט דאוואס, שווייץ, וואו דער רבי שעפט זיך אן מיט פרישע כוחות לקראת די ימי הרחמים והסליחות און די הייליגע טעג הבאים לקראתנו לשלום. ווי באקאנט, גייט דער רבי שליט"א ארום במשך גאנץ חודש אלול צווישן די שטעט אין ארץ ישראל, מדן ועד באר שבע, מקרב צו זיין אידישע נשמות לאביהם שבשמים, אין די ראמען פון זיינע פעולות הקודש פון קירוב


תושבים פון נייעם חרדישע ישוב אין שטאט עמנואל האלטן מיט געהויבענער שבת בצל האד' מוויזניץ בית שמש
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.ש. שטיגליץ די תושבים פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין שטאט עמנואל, האבן מיטגעהאלטן א גאר געהויבענעם שבת קודש, בצל כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגער טעג אין שטאט למנוחת הנפש, זייענדיג גאס ערשטע מאל וואס א רבי א מנהיג עדה קדושה בישראל, האט געפראוועט א גרויסער שבת אינעם ישוב. דער גאנצער באזוך און בפרט דעם געהויבענעם שבת איז געווען דעם געשפרעך פון טאג ביי אלע אינוואוינער פון שטאט, א


כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף אפרוה אין ניו העמפשיר | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג קיין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן אין לויף פון די קומענדיגע פיר וואכן למנוחת הנפש. צופרי האט דער רבי - ווי יעדן טאג - געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים אין די סוגיא פון 'נסכא דרבי אבא' און


האד' מסקאליע באזוכט אין מחנה סקווירא און אין נייעם קרית סקווירא אין סוואן לעיק
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק און דערנאך באזוכט אין די דערנעבנדיגע נייע סקווירא שטעטל 'קרית סקווירא' אין די קעטסקיללס. אויף די איינלאדענונג פון די הנהלת המחנה האט דער רבי שליט"א געפראוועט א 'סעודת מלוה מלכה' אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון בארא פארק און וויליאמסבורג. אנקומענדיג אין קעמפ האבן די בחורים אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א בשירה ו


bottom of page
