top of page
סותר על מנת לבנות: נאסטאלגישע ביהמ"ד דחסידי אלכסנדר אין בני ברק איינגעווארפן צום התחלת הבניה פון נייעם ביהמ"ד הגדול
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט דינסטאג צופרי איז די נאסטאלגישע אלכסנדר ביהמ"ד אין בני ברק, אויף די אחיעזר דאס, איינגעווארפן געווארן אין בעפארברייטונג צום מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם מרכז העולמי ביהמ"ד הגדול אלכסנדר. די אלכסנדר בית המדרש, ציעט שוין היסטאריע פאר קרוב צו זעכציג יאר, און אצינד נאך מערערע הכנות האט מען ענדליך אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, ווען עס האבן זיך באוויזן טראקטארס אויפן ארט, און אנגעהויבן די ארבעט צו צאמווארפן די אלטע


שלוחו כמותו: קורצער באזוך דורך הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א אין ניו יארק בשליחות אביו האד' מגור
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך האט הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געלאנדעט אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק, מנחם אבל צו זיין ביי הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא וחבר נשיאות איחוד מוסדות גור, בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול. דורכאויס זונטאג און מאנטאג האט ער באזוכט אין די מוסדות התורה והחינוך דחסידי גור אין בארא פארק, אריינגערעכנט די חדר אמרי אמת, מתיבתא און ישיבה גבוהה וואו


האד' מסקווירא מב"פ באזוכט בבתי אדמור"ים ברחני ניו יארק אין בעפארברייטונג צום חתונה במעונו | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


אלפי חסידים ביי שמחת נישואין אין הויפן פון ערלוי - קאסוב וויזניץ - קרית צאנז ירושלים - שומרי החומות
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחת החתונה בבית ערלוי, קאסוב וויזניץ, קרית צאנז ירושלים, און שומרי החומות, בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי טובי' ליבערמאן משפיע אין ישיבת פני מנ


פרייליכע שמחת הפארשפיל אין לעלובער הויפן; הכנה דרבה צו חתונה הגדולה בעיר הבירה לאנדאן
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין עיר הבירה לאנדאן גרייט מען זיך צו די גרויסער לעלובער חתונה וואס וועט וועט פאראייניגן ביידע לעלובער הויפן אין ארץ ישראל, און גלייכצייטיג מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א און שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א וועלן קומען צופארן קיין לאנדאן לפאר על ראש שמחתם ביי די חתונה פון בשותפות'דיגע אייניקלעך. בשעה טובה וועט גיין אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א,


בליץ באזוך דורך הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א אין לאנדאן מנחם אבל צו זיין ע"פ הרה"ג ר' שמעון הירשלער זצ"ל
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מאנטאג איז הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ, בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך פון עטליכע שעה קיין לאנדאן, מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון הירשלער זצ"ל א ידיד נאמן רבות בשנים פון להבדיל בין חיים לחיים דער וויזניצער רבי, אינצווישן זיי הנגיד החסיד ר' משה פסח הירשלער הי"ו מגדולי תומכי בית וויזניץ. נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען צום בית האבלים וו


שמחת התנאים צום שידוך שליסן פון ערשטן אור אייניקל ביי האד' ממאחנובקא בעלזא מיט החתן נכד האד' מנדבורנא י-ם
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די מאחנובקא בעלזער הויף אין בני ברק איז אפגעראכטן געווארן די פרייליכע שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די עלטסטע אור אייניקל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת. די כלה בת קדושים תחי' איז אן אייניקל ביים רבינס עלטסטע איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש דומ"ץ מאחנובקא בעלזא זוהן פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הרב ישראל מאסקאוויטש איידעם פון הגה"צ רבי יהושע


מסיבה מפוארה אין לאורענס לטובת כולל חיים ושלום מונקאטש בראשות האד' ממונקאט
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אן עלעגאנטע מסיבה איז אפגעהאלטן געווארן אין לאורענס אין די פייוו טאונס להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש אין בארא פארק. די מסיבה ווערט אפגעהאלטן יאר יערליך אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף עסטרייכער הי"ו א מונקאטשער חסיד פונדערהיים וועלכע האט די זכיה יארן לאנג צוצושטעלן די מסיבה לכבודה של תורה ולומדיה, מיטן השתפפות כבוד פונעם נשיא הכולל כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. ביים אנקומען האט די רבי שליט''א באגריסט די ל


האד' מסערט וויזניץ געפראוועט געהויבענעם שבת אין בארא פארק בבית מדרשו פון חתנו האד' מקאסוב
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענע שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין שטאט בארא פארק, וואס האט געדינט אלס א שבת התאחדות פאר עדת חסידי סערט וויזניץ פון אמעריקא און קאנאדע, ווי הונדערטער געסט פון איבעראל זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת. דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם בית המדרש הגדול והחדש קאסוב אין בארא פארק, בנשיאות חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א


תלמידי ישיבת בעלזא אין אשדוד מיטגעהאלטן ״שבת התעלות״ מיט הרב אברהם שמואל צבי רוקח שליט״א נכד האד' מבעלזא
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די בחורי חמד תלמידי ישיבת ישמח לב בעלזא אין אשדוד האבן מיטגעהאלטן א שבת מעין עולם הבא בצילו פונעם חשובן גאסט פרי עץ חיים הרה"ג ר' אברהם שמואל צבי רוקח אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין אשדוד צו פראווענען א שבת התאחדות מיט די בחורים. דורכאויס שבת האט מען געדאוונט אלע תפילות און אפגעראכטן די סעודות שבת בצוותא חדא, ביי וועלכן די בחורים האבן זיך אנגעשעפט מלוא חפניים חיזוק א


תושבי ציריך -שווייץ געבן אפ פאסיגן כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" לכבודם פון גדולי וצדיקי הדור פון ארה"ק
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות שווייץ איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג מיטלעבנדיג היסטארישע טעג במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי תורה וחסידות וואס האבן ווידער אמאל מכתת רגליהם געווען אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל וואס שטייען אין א שרעקליכע סכנה פון צוזאמענבראך. נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט די פריוואטער פליגער פון ארץ ישראל געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט ציריך וואו א חשובע דעלעגאציע מראשי הקהילה האבן מקבל פנים ג


פרייליכע שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביי האד' ממונאקטש; נכד בנו הגדול הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין שטאט בארא פארק איז דעם זונטאג אפגעראכטן געווארן די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרב יעקב רובין שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק רובין שליט"א אבד"ק אילינוב, די שמחה איז פארגעקומען אין זאל פון שיקס מענאר וואו דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט מפאר געווען בראש המסובים און משמיע געווען דברות קודש לכבו


ותלמידו בידו: סיום מסכת קידושין דורך תלמידי מכינה לישיבה קטנה ד'סאטמאר וויליאמסבורג
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת פ' נח העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדות סאטמאר כיתה ט' - מכינה לישיבה וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר. במשך די מעמד האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשובע רבנים אויפן אויבן אן, צווישן זיי אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15' טע עוו. שליט


מי ראה אלו יוצאים: צענדליגער אדמור"ים ורבנים מאורי וגדולי ישראל ביים היסטארישן עצרת המיליאן | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


יערליכע נסיעה דורך האד' מסאדיגורא ירושלים צום שטאט סאדיגורא לרגל די הילולא קדישא פון הייליגן רוזשינער זי"ע
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א האט כמידי שנה בשנה אפגעראכטן א דערהויבנער נסיעה צום עיר תהילה סאדיגורא, אינאיינעם מיט א גרופע חסידים, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מרוזשין זי"ע וואס איז אויסגעפאלן שבת פ' נח ג' חשון. פרייטאג ערב שבת איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' בראש קהל חסידיו און מעתיר געווען בתפילה ותחנונים א לענגערע צייט לישועות הכלל והפרט. די קלימאקס פון די נסיעה איז געווען דער דערהויבענ


תעו ואתכנשו: הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זצוק"ל בצל נכדו האד' מסערט וויזניץ
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי לוי, JDN פארלאפענעם וואך ב' חשון איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זצוק"ל, בצל הקודש פון נכדו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א איז פאראיבער דער יומא דהילולא מיט גרויס דערהויבנקייט. די רבי האט אפגעראכטן די יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ חיפה וואו אלפי חסידי סערט וויזניץ האבן מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור מיט גרויס התעוררות. נאכן טיש איז די רבי ארויסגעפארן קיין


ניחום אבלים ביי הגרי"ד גראסמאן רב פון מגדל העמק על פטירת אחיו ע"ה | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דורכאויס די ימי השבעה צו די פטירה פון הגה"ח רבי בן ציון גראסמאן זצ"ל האבן פילע אדמור"ים, רבנים, ראשי הישיבות און אישי ציבור מנחם אבל געווען ביי אחיו הגה"צ רבי יצחק דוד גראסמאן רב פון מגדל העמק און די אנדערע ברודער און קינדער הרבנים שליט"א, צווישן זיי איז געווען כ"ק האדמורי"ם מצאנז, מאחנובקא בעלזא, דאראג, לעלוב, סאדיגורא, פינסק קרלין, בישטינא - פתח תקווה, מבקשי אמונה, בוטושאן, בערגסאז, לעלוב בראנוביץ, און סטרעט


פנים חדשות: ערשטער שמחת נישואין בחצה"ק באבוב-45 געפראוועט אין נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד החדש
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום\אחים לאנטשעווסקי בקול רנה וישועה איז אפגעראכטן געווארן די פייערליכע שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. מיט'ן השתתפות פון טויזנטער חסידים וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די געהויבענע שעה'ן פון שמחת בית צדיקים. די גרויסארטיגע שמחה איז געווען די ערשטע שמחה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק, וואס האט צוגעגעבן א גייסט פון 'פנים חדשות באו לכאן', דאס ביהמ"ד איז מייס


שטאט קרית גת לעבט מיט שיינעם רבישע חתונה בחצרות קרעטשניף - קאמארנא
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די שטאט קרית גת האט פארלאפענעם וואך מיטגעלעבט א שיינע רבישע שמחה בגבולות העיר, ביי די חתונה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא בית שמש שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ רבי ישראל יצחק סאפרין איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל פון אבן עזרא, די שמחה איז געווען א זעלטענע איבערלעבניש פאר די תושבים אין קרית גת, וואו א רעבישע חתונה איז א זעלטנהייט


הגאון ר' משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף ואתו עמו גדולי וחכמי התורה ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: דוד ארזני


bottom of page

