top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט קרית גת לעבט מיט שיינעם רבישע חתונה בחצרות קרעטשניף - קאמארנא

  • sfbechatzros
  • 2 בנוב׳
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

די שטאט קרית גת האט פארלאפענעם וואך מיטגעלעבט א שיינע רבישע שמחה בגבולות העיר, ביי די חתונה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא בית שמש שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ רבי ישראל יצחק סאפרין איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל פון אבן עזרא, די שמחה איז געווען א זעלטענע איבערלעבניש פאר די תושבים אין קרית גת, וואו א רעבישע חתונה איז א זעלטנהייט. א ספעציעלע התרגשות האט ארומגענומען חסידי ואוהדי בית קרעטשניף קרית גת, ווען די רבי שליט"א האט אונטערגעפירט זיין בן יקיר אונטער די חופה במקום מגוריו, אין די שטאט וואס זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר בעל נועם ישראל מקרעטשניף קרית גת זצ"ל האט איינגעזייעט די ערשטע קערנדלעך פארן היימישן און חסידישן יישב אין שטאט.


די מעמד הקבלת פנים איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ"ד הגדול קרעטשניף קרית גת, ביי וועלכן הרה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א, בנו הגדול פון רבי'ן האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין וכיבושין, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות בהאי עידנא דחדוותא, באותו מקום קדוש ווי די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר בעל נועם ישראל מקרעטשניף ק"ג זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בסילודין, שטייענדיג סמוך ונראה צום יומא דהילולא קדישא.


דערנאך אייז מען ארויס צום חופה וואס איז פארגעקומען אין די גרויסע שטח פארנט פון ביהמ"ד. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די עלטער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, קריאת הכתובה די עלטער פעטער פון כלה כ"ק אדמו"ר מקאמארנא רמת שלמה שליט"א, די ברכות ראשונות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדינוב ירושלים שליט"א, און הרה"צ רבי יעקב אשר סאפרין שליט"א, מיט נאך א ברכה איז מכובד געווארן הגאון רבי זאב זילברשטיין רב חסידי קרעטשניף קרית גת, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א.


נאכן חופה האט די רבי שליט"א אבי החתן אנגעוואונטשן דעם ציבור מיט ווארימע ברכות, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


די סעודת החתונה איז סערווירט געווארן אויף א ברייטע פארנעם אין א גרויסע זאל אין שטאט, וואו די אדמורי"ם שליט"א האבן מפאר געווען בראש השמחה. בשעת די ריקודין האט זיך דער אבי החתן די רבי שליט"א ארומגעדרייט צווישן די טישן און פארטיילט לחיים פאר די חסידים און געסט. אינצווישן האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין ריקודי קודש, ווען די גאנצע זאל האט זיך געהויבן טפחים מעל הקרקע, באזונדער איז די רבי געטאנצן מיט נדיבי עם און געסט וואס זענען געקומען צו פארן מעבר לים.


דורכאויס די שמחה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי די פעטערס האדמורי"ם מקרעטשניף, סאסוב, קאמארנא רמת שלמה, אשלג, פוריסוב, ספינקא בני ברק, דינוב ירושלים, און האדמורי"ם מפיטסבורג, טשארנאביל, ביטשקוב, לעלוב בראנוביץ, שומרי אמונים קרית גת, גאב"ד רמת שלמה און נאך.


נאך ברכת המזון און שבע ברכות, האט מען צוגעטרעטן צום רעווא דרעווין די מעמד המצווה טאנץ. צום ערשט איז געטאנצן די זיידע די קאמארנא רבי שליט"א, און דערנאך האט מען אויפגערופן דעם געהויבענעם אבי חתן דער רבי שליט"א, וועלכע איז אראפ אין צענטער פונעם זאל און פאר לענגערע מינוטן מעודד געווען די ניגוני התעוררות כהכנה דרבה, אינצווישן האט דער רבי פארגעזינגען דעם ניגון 'השב' פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, און דאן געטאנצן די ריקודין לפני הכלה מיט א שלהבת אש קודש, ווען די ציבור ארום און ארום הייבט זיך מיט ריקודין עילאין. דער רבי האט דאן מכבד געווען די ברודער און שוואגערס האדמורי"ם צו טאנצן מיטן חתן, און נאך א גאנצע שעה האט מען פארגעזעצט מיט די ריקודין פון די מחותן אבי הכלה און די חתן לפני הכלה.


עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער ביינאכט, ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט אדון הכל צוזאמען מיטן בעל מנגן ר' מאיר סטאריק, שליסנדיג די שמחה הרוממה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page