top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סותר על מנת לבנות: נאסטאלגישע ביהמ"ד דחסידי אלכסנדר אין בני ברק איינגעווארפן צום התחלת הבניה פון נייעם ביהמ"ד הגדול

  • sfbechatzros
  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

היינט דינסטאג צופרי איז די נאסטאלגישע אלכסנדר ביהמ"ד אין בני ברק, אויף די אחיעזר דאס, איינגעווארפן געווארן אין בעפארברייטונג צום מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם מרכז העולמי ביהמ"ד הגדול אלכסנדר. די אלכסנדר בית המדרש, ציעט שוין היסטאריע פאר קרוב צו זעכציג יאר, און אצינד נאך מערערע הכנות האט מען ענדליך אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, ווען עס האבן זיך באוויזן טראקטארס אויפן ארט, און אנגעהויבן די ארבעט צו צאמווארפן די אלטע געביידע, סותר על מנת לבנות, אויפצובויען א שפאגל נייע אכט שטאקיגער בנין וואס וועט פארמאגן א ריזן היכל בית המדרש מיט פינף טויזענט סקווער פיס, א גרויסע היכל השולחנות, א פראכטפולע מקוה און שטיבלעך, און א הערליכע דירה פארן רבי'ן שליט"א.


בעת די אנגייענדע בוי ארבעט ביים שטח ביהמ"ד וועט מען דאווענען אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד אין די אלכסנדר ישיבה גדולה וואס איז איינגערישט געווארן אלס פולקאמע ביהמ"ד מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען פארן הויף, צו קענען דארט דאווענען און פראווענען מעמדים און שמחות ביז דער נייער ביהמ"ד וועט שטיין גרייט על תילה בנויה.


פארלאפענעם שבת פ' נח האבן זיך חסידי אלכסנדר שווער געזעגענט פונעם אלטן נאסטאלגישן ביהמ"ד. פרייטאג ערב שבת נאך תפילת שחרית האט מען אריבערגעפירט די ספרי תורה פונעם אלטן ביהמ"ד, ביז צום היכל הישיבה, מיט טענץ און געזאנג ווען דער רבי שליט"א באגלייט די ספרי תורה ברחובה של עיר.


שפעטער אין טאג איז פארגעקומען א מעמד קביעות מזוזות אין די נייע צייטווייליגער וואוינונג פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכער האט זיך ארויסגעצויגן ממעון קדשו וואס איז געווען באהאפטן צום ביהמ"ד און ווערט אצינד אריינגענומען אלס א חלק פונעם בוי פראיעקט פארן נייעם ביהמ"ד.


פארן זמן כניסת השבת האט דער רבי קובע געווען א מזוזה בחדרו הפרטי אין די ישיבה וואס איז אהערגעשטעלט געווארן מיט אלע בעדערפענישן פארן רבי'ן און די שטוב מענטשן.


ווי ברייט באריכטעט געפונט זיך אצינד דער רבי שליט"א צוגאסט אין ניו יארק צו שאפן די ערשטע פאר מיליאן דאללער צווישן די נדיבים בעם, ידידי ותומכי בית אלכסנדר, ביי א רייע דינערס און אסיפות וואס וועט אפגעראכטן בזמן שהצדיק בעיר, אלס בעפארגרייטונג צו קענען אריינפירן די ערשטע שלב פונעם בוי פראיעקט אין פאקטישע שוואונג. 

ree
ree

bottom of page