תעו ואתכנשו: הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זצוק"ל בצל נכדו האד' מסערט וויזניץ
- sfbechatzros
 - לפני 6 שעות
 - זמן קריאה 1 דקות
 
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי, JDN
פארלאפענעם וואך ב' חשון איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זצוק"ל, בצל הקודש פון נכדו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א איז פאראיבער דער יומא דהילולא מיט גרויס דערהויבנקייט. די רבי האט אפגעראכטן די יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ חיפה וואו אלפי חסידי סערט וויזניץ האבן מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור מיט גרויס התעוררות. נאכן טיש איז די רבי ארויסגעפארן קיין בני ברק בראש קהל חסידיו, צו פוקד זיין דעם ציון הק' אויפן וויזניצער בית החיים.
















