top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע נסיעה דורך האד' מסאדיגורא ירושלים צום שטאט סאדיגורא לרגל די הילולא קדישא פון הייליגן רוזשינער זי"ע

  • sfbechatzros
  • 3 בנוב׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 4 בנוב׳

מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א האט כמידי שנה בשנה אפגעראכטן א דערהויבנער נסיעה צום עיר תהילה סאדיגורא, אינאיינעם מיט א גרופע חסידים, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מרוזשין זי"ע וואס איז אויסגעפאלן שבת פ' נח ג' חשון.


פרייטאג ערב שבת איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' בראש קהל חסידיו און מעתיר געווען בתפילה ותחנונים א לענגערע צייט לישועות הכלל והפרט.


די קלימאקס פון די נסיעה איז געווען דער דערהויבענע שבת וואס דער רבי האט געפראוועט במקום שהתפללו בו אבותיו, באגלייט מיט רייכע סעודות שבת און די שולחנות הטהורים. שבת צופרי ביי קריאת התורה האט מען געליינט אין די היסטארישע ס"ת פון הייליגן רוזינער זי"ע וואס געפינט זיך אינעם קלויז.


זונטאג נאכמיטאג האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין לאנדאן צו באשיינען די חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד הגדול סאדיגורא לאנדאן בנשיאות אחיו הצעיר האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן.


ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page