top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבה מפוארה אין לאורענס לטובת כולל חיים ושלום מונקאטש בראשות האד' ממונקאט

  • sfbechatzros
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

אן עלעגאנטע מסיבה איז אפגעהאלטן געווארן אין לאורענס אין די פייוו טאונס להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש אין בארא פארק. די מסיבה ווערט אפגעהאלטן יאר יערליך אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף עסטרייכער הי"ו א מונשאטשער חסיד פונדערהיים וועלכע האט די זכיה יארן לאנג צוצושטעלן די מסיבה לכבודה של תורה ולומדיה, מיטן השתפפות כבוד פונעם נשיא הכולל כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.


ביים אנקומען האט די רבי שליט''א באגריסט די לאקאלע רבנים פון שטאט, און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הגאון ר' נפתלי יעגער שליט"א ראש ישיבת שער ישוב, וועלכע האט טרעפליך ארויסגעברענגט די חשיבות פון די מסיבה און די זכיה אויסצוהאלטן אזא חשובע מקום תורה. דאן האט די רבי משמיע געווען דברות קודש וואו ער האט זיך באדאנקט פאר אלע חשובע רבנים פארן זיך משתתף זיין ביי די מסיבה, אין משמיע געוועהן דברי תורה וחיזוק. די רבי האט מסיים געווען מיט א יישר כח פאר אלע משתתפים בגוף ובממון אין ספעציעל אנגעוואונשטן דער בעל האכסניא הנגיד ר' יוסף עסטרייכער הי"ו.


נאך די דברות קודש האט די רבי שליט"א פארטיילט שיריים און א מזכרת פאר אלע נגידים וואס האבן זיך משתתף געווען געווען מיט סכומים הגונים לטובת הכולל.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page