אלפי חסידים ביי שמחת נישואין אין הויפן פון ערלוי - קאסוב וויזניץ - קרית צאנז ירושלים - שומרי החומות
- sfbechatzros
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחת החתונה בבית ערלוי, קאסוב וויזניץ, קרית צאנז ירושלים, און שומרי החומות, בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי טובי' ליבערמאן משפיע אין ישיבת פני מנחם זון פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, און איידעם פון כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א.
די גרויסער חתונה איז פארגעקומען אינעם אודיטאריום אין שטאט בני ברק, בקול צהלה ורנה, ווען חסידים ואנשי מעשה פון אלע צדדים האבן פאר לענגערע שעות זיך משמח געווען בשמחתם פון די מנהיגי עדת ישורון.
ביים מעמד קבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות און בדחנא דמלכא ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן האט מעורר געווען דעם חתן מיט דברי כיבושין און דערמאנט זכות אבות, במיוחד די צוויי גרויסע זיידעס הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע און מרנא החתם סופר זי"ע וואס די חתן וכלה זענען ביידע אייניקלעך פון די צוויי צדיקים שרפי מעלה.
ביים מעמד החופה האט די זיידע כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט"א מסדר געווען חופה וקידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת שומרי החומות שליט"א, מיט די ברכות ראשונות זענען נתכבד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, און די פעטערס הרבנים הגאונים הצדיקים ראש ישיבת ערלוי, אבד"ק ערלוי בני ברק, און הגה"צ רבי יקותיאל ליבערמאן אבד"ק סאדיגורא ירושלים. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע מחול לצדיקים.
דורכאויס די סעודת החתונה האט זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים און קרובי המשפחה וועלכע זענען געקומען אפגעבן מזל טוב, צווישן זיי האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, סלאנים, בישטינא - פתח תקווה, נדבורנא ביתר, בערגסאז, לעלוב בראנוביץ, אנטניא, ראש ישיבת וויזניץ, אב"ד וויזניץ אלעד, אב"ד צאנז ארה"ב, און די פעטערס האדמו"ר משידלובצא, גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי מענדיל פוקס גאב"ד רמות ד', ראש ישיבת ערלוי, אבד"ק ערלוי בני ברק, אבד"ק ערלוי ביתר, אבד"ק סאדיגורא ירושלים, און נאך פיל.
פארן בענטשן איז ערשינען די גרויסע פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט מפאר געווען בראש המסובים און האט אפגעראכטן א שולחן לחיים.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ רבי הערשל וואגשאהל שליט"א משפיע בחצה"ק ערלוי און א מחותן מצד החתן, מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און ברכה אחריתא הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אבד"ק דברי משה א מחותן מצד החתן.
תיכף נאכן בענטשן איז די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א געטאנצן דעם מקובלדיגן אשת חיל ריקוד כמנהג סערט וויזניץ, און דערנאך אפגעראכטן די מצווה טאנץ לפני הכלה. דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט די ריקודין של מצוה, ווען בדחנא דמלכא ר' ישראל שטערן הי"ו האט אויפגערופן די פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, און איז דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע פייערדיגע ריקוד מיטן שוואגער כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א.
דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט''א, וועלכע האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין מיט גרויס התלהבות אין צענטער פון זאל, אנגעכאפט מיטן חתן און דער מחותן בנו יחידו הרה"צ רבי שלום צבי שליט"א, א באזונדערע ריקוד איז די רבי געטאנצן מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און מיט די חשובע זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א.
דאן האט מען אויפגערופן צו מצוה טאנץ די אנדערע זיידע'ס און מחותנים און צום לעצט די מצוה טאנץ פון חתן וכלה וואס האט געשלאסן די שיינע שמחה.



































































