top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פנים חדשות: ערשטער שמחת נישואין בחצה"ק באבוב-45 געפראוועט אין נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד החדש

  • sfbechatzros
  • 2 בנוב׳
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בלום\אחים לאנטשעווסקי

בקול רנה וישועה איז אפגעראכטן געווארן די פייערליכע שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. מיט'ן השתתפות פון טויזנטער חסידים וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די געהויבענע שעה'ן פון שמחת בית צדיקים.


די גרויסארטיגע שמחה איז געווען די ערשטע שמחה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק, וואס האט צוגעגעבן א גייסט פון 'פנים חדשות באו לכאן', דאס ביהמ"ד איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן דורך די עסקני וועד החתונה, ברוב פאר והדר.


די כלה איז א טאכטער פון הרה"צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט"א, דער עלטסטער איידעם פונעם רבי'ן שליט"א, און א זון פון הגה"צ ר' בנציון אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק בית אברהם פאקשעוויץ. דער חתן איז א זון פון הרה"ג ר' יהושע פרץ הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר שליט"א, און אן איידעם ביי הגה"צ ר' ישעי' תאומים פרענקל שליט"א רב דקהל קדושי קראקא בני ברק.


צום באשטימטן צייט נאך מנחה איז די רבי שליט"א ארויס פון ביתו נאווה קודש מיט די חתן און שושבינין, ווי די תלמידי הישיבות פון אלע סניפים האבן באגלייט דעם רבי'ן מיט די חתן און מחותנים ברחובה של עיר צום ביהמ"ד הגדול.


אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט זיך אנגעהויבן די מעמד קבלת פנים ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות אנגעפירט דורך א קאפעליע בחורי חמד מתלמידי המתיבתא. בשעת די קבלת פנים זענען די בחורים אדורך אל מול פני הקודש ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן מזל טוב, דערנאך זענען די בחורים ארויף אויף די פארענשטעס, און מען האט געהערט דברי כיבושין.


נאך ברכת לחיים, איז די רבי מיט די חתן און מחותנים אריבער צום באדעקן אין אולם כרם מנחם. ביים צוריקקומען, האט מען מסדר געווען די כתובה, און דער רבי האט אנגעטוהן פארן חתן די קיטל און די הייליגע ירושה-קאפל פון הרה"ק משינאווא זי"ע.


די חופה איז פארגעקומען אויף די 14'סטע עוועניו פארנט פון ביהמ"ד הגדול. ביים מעמד החופה האט הגה"צ אבד"ק באבוב 45 מסדר געווען חופה קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד קדושי קראקא שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס אב"ד בית אברהם, און אב"ד זרע קודש, און אב"ד קשאנוב, די רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, און דערנאך משמיע געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. נאכן חופה האט די רבי געוואונטשן מזל טוב פארן חתן כלה אין יחוד שטוב, כנהוג.


די סעודת החתונה איז הערליך צוגעשטעלט געווארן אין היכל הביהמ"ד. דער ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט מיט בעלי בתים און יונגעלייט, ווי עס איז סערווירט געווארן די סעודה כיד המלך, פאר די בחורי הישיבות איז געווען צוגעשטעלט די סעודה אין אלטן ביהמ"ד.


נאך ארום א האלבע שעה האט מען מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה, ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אין גרויסן ביהמ"ד מפאר צו זיין בראש שמחתו און זיך געוואשן צום סעודה, ווען די בחורים האבן זיך מיטגעפרייט מיט ריקודין של שמחה אויף די פארענטשעס, בשעת די רבי איז מעודד די ריקודין בעוז ותעצומות.


נאך א קורצע צייט איז די חתן ערשינען אינעם היכל, די רבי האט זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה און דאן מכבד געווען די זיידעס און מחותנים טאנצן מיט די חתן, דערנאך איז פארגעקומען ריקודין לכבוד שמחת חתן לענגאויס די גאנצע ביהמ"ד. בשעת די ריקודין זענען די יונגעלייט און בעלי בתים אדורך לברך ולהתברך לרגל די גרויסע שמחה.


במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט''א און נאך.


נאך די ריקודין איז פארגעקומען די קאזאקן טאנץ כנהוג אנגעפירט דורך די קינדער פון תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן, דערנאך איז די רבי אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד און ארויס אין ריקודין נלהבין מיט אלע תושבים פון יוניאן ווי די מחותן אבי הכלה איז עומד בראש הקהילה, די רבי איז געטאנצן אין באזונדערע רינגען מיט די אברכים, בחורים און מיט די ילדי החמד.


נאכן בענטשן און שבע ברכות האט מען צוגעטרעטן צו די געהויבענע מצוה-טאנץ, ווען די רבי האט אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע ריקודין לפני הכלה, וינועו אמות הסיפים. נאכן טאנצן מיט די חתן און מחותנים און זיידעס איז די חתונה נמשך געווען מיט די מצוה-טענץ פון די געהויבענע זיידעס, מחותנים און חתן-כלה, דורכ'ן בדחן הרב יואל יצחק גראס, די חתונה איז פארענדיגט געווארן אום דריי אזייגער מיט'ן געהויבענעם ריקוד "אין כאלקינו", וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בנעימות ודביקות.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree




bottom of page