תושבי ציריך -שווייץ געבן אפ פאסיגן כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" לכבודם פון גדולי וצדיקי הדור פון ארה"ק
- sfbechatzros
- 3 בנוב׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

יהדות שווייץ איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג מיטלעבנדיג היסטארישע טעג במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי תורה וחסידות וואס האבן ווידער אמאל מכתת רגליהם געווען אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל וואס שטייען אין א שרעקליכע סכנה פון צוזאמענבראך.
נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט די פריוואטער פליגער פון ארץ ישראל געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט ציריך וואו א חשובע דעלעגאציע מראשי הקהילה האבן מקבל פנים געווען דעם משלחת כבוד, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון גלאי שליט"א, הגאון הגדול רבי אברהם סאלים שליט"א, און נאך עטליכע ראשי ישיבות פון ארץ ישראל.
די גדולי ישראל זענען צוגעפארן צו זייערע אכסניות בבתי הנגידים אין שטאט. קורצליך דערויף האט דער מרא דאתרא הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא גאב"ד ציריך שווייץ באזוכט אינעם אכסניית כבוד פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אין שטוב פונעם ראש הקהל הנגיד ר' דוד באלאג, און ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א בבית האכסניא ביי הנגיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן הי"ו.
שפעטער אין טאג איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע אסיפת הנגידים, אין שטוב פון משחפת שטערנבוך, אלמנת הרבני הנגיד ר' דוב שטערנבוך ז"ל מגדולי תומכי תורה, מיט'ן השתתפות פון א געלאדענטע צאל נדיבים בעם, וואו עס איז אויפגעטריבן געווארן פאנטאסטישע סכומים פאר'ן נייעם קרן. די אסיפה איז באקרוינט געווארן דורך די רבנים פון שטאט, וועלכע האבן אנגעווארעמט איבער'ן חובת השעה.דערנאך זענען די גדולי ישראל אריבער צום שטוב פון משפ' האלפערט הנכבדה וועכלער האט זיך אנגערופן מיט א פאנסטאסטישע סומע לכבוד דעם היסטארישן באזוך.
ביינאכט איז אפגעהאלטן געווארן דער צענטראלער מעמד קבלת פני רבותינו, לכבודם פון די גדולי מנהיגי עולם התורה וחסידות אין ארץ ישראל, וועלכע זענען פייערליך ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה דורך די הונדערטער תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן, די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון קהל עדת ישורון, וואו עס האבן אויפגעטרעטן די רבני העיר הגה"צ רבי הערש אלמילך פאדווא גאב"ד קהילת אגודת אחים און הגאון ר' משה חיים לעווי רב דקהל עדת ישורון.
אנדערש ווי געפלאנט האט די ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט''א נישט געקענט זיך משתתף זיין ביים מעמד מחמת חולשת גופו, דער ראש הישיבה האט איבערגעגעבן קורצע דברי חיזוק דורך א הוק-אפ לכבוד העם הנאספים. דערצו איז געהערט געווארן פייערדיגע דרשות דורך הרבני הנגיד ר' ראובן וואלף יושב ראש קרן עולם התורה, הגאון רבי ברוך בולובייציק ראש ישיבת תורת זאב און הגאון ר' שמעון גלאי שליט"א וועלכע האט אויך געזונגען עטליכע ווארימע ניגונים וואס האט יעדן מרגש געווען.
בקול אדיר וחזק האט מען דאן זוכה געווען צו הערן קבלת עול מלכות שמים דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט אויך איבערגעלאזט ווארימע ברכות לכל הקהל הקודש, דערמיט איז דער מעמד געשלאסן געווארן מיט גאר פייערליכע ריקודין לכבוד התורה. שפעטער ביינאכט נאכן מעמד האט זיך די ראחמיסטריווקא רבי שליט''א ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ארצינו הקדושה.
די מסע הגדולים וועט היינט מאנטאג פארזעצן צום שטאט גענף אין שווייץ ביים גרעניץ פון פראנקרייך, וואו עס וועט צוערשט אין די פארמיטאג שעה'ן פארקומען א באנקעט פאר די ארטיגע תומכים, און שפעטער נאכמיטאג וועט פארקומען די גרויסע קבלת פנים במעמד אלפי ישראל תושבי המקום און תושבי פראנקרייך וואס וועלן זיך אריבערכאפן די גרעניץ להקביל פני רבותינו שבארץ ישראל.

































תגובות