top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בליץ באזוך דורך הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א אין לאנדאן מנחם אבל צו זיין ע"פ הרה"ג ר' שמעון הירשלער זצ"ל

  • sfbechatzros
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

נעכטן מאנטאג איז הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ, בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך פון עטליכע שעה קיין לאנדאן, מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון הירשלער זצ"ל א ידיד נאמן רבות בשנים פון להבדיל בין חיים לחיים דער וויזניצער רבי, אינצווישן זיי הנגיד החסיד ר' משה פסח הירשלער הי"ו מגדולי תומכי בית וויזניץ.


נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען צום בית האבלים וואו ער האט געדאווענט מנחה און דערנאך פארברענגט מיט די אבלים פאר א לענגערע וויילע וואו מען האט אויפגעברענגט געהויבענע שטריכן פונעם חשובן נפטר און זכרונות פון זיין התקשרות צו די צדיקים פונעם פיערדיגן דור.


דערנאך איז דער רב שליט"א ארויף צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' נפתלי בערקאוויטש הי"ו און אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די חתונה פון אן אייניקל. פון דארט איז ער אנגעקומען אויף א באזוך צו שאר בשו כ''ק האדמו''ר מוויזניץ לאנדאן שליט''א וועלכער האט דורש געווען בשלום אביו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט''א און עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים.


אויך דעם רבינס אנדערע קינדער הרה"צ ר' יצחק ישעי' שליט"א און הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד וועלן היינט דינסטאג אנקומען קיין לאנדאן, מנחם צו זיין די אבלים. הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ וועלכע לאזט זיך ארויס מארגן קיין מענטשעסטער לרגל די שמחת האויפרוף בבית בנו הרה"צ חיים מאיר ארנסטר אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער וועט אונטערוועגנס אפשטאטן אין לאנדאן מנחם צו זיין די אבלים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page