top of page
מַחְלְפוֹת רֹאשׁוֹ • שמחת החאלאקע פון אור אייניקל ביי האד' מבעלזא
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש,JDN במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז היינטיגן דינסטאג פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון אן אור אייניקל ביים רב שליט"א, א זון פון נכדו הרב אלימלך נתן נטע רוקח שליט"א, דער רב שליט"א האט אפגעשוירן דאס קינד און דערנאך מכבד געווען די זיידעס, בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און הרה"ח ר' משה דוד שארף הי"ו און די בני המשפחה, דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א לעקך און בראנפן לכבוד די שמחה און מען האט געזינגע


גייסטרייכע באזוך פון האד' מצאנז אין הייליגן מוסד 'בית לפליטות' אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך א גאר געהויבענע באזוך איז די וואך אפגעהאלטן געווארן אינעם הייליגן מוסד בית לפליטות דורך כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט און אריבערגעקומען אנציוואוטשן און מחזק זיין די די בנות הכשרות, יתומות און מיידלעך פון שטובער וועלכע זענען ליידער צופאלן רח"ל. ביים ערשיינען בשערי המוסד אין די מאה שערים געגענט האט די רבי שליט"א אנגעוואונטשן די צענדליגער בנות הכשרות און די צוות פונעם


געהויבענע שמחת ברית מילה פון נכד האדמור"ים מוויזניץ און סערט וויזניץ
מיטווואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם מאנטאג איז געפראוועט געווארן די שמחת ברית מילה פון אן אור אייניקל ביי האדמו''רים מוויז'ניץ און סערט וויזניץ, די רך הנימול א זון פון הרב זלמן לייב מייזליש שליט"א איידעם ביי הרה''צ רבי יואל איתמר קרויז שליט"א בן הגה''צ גאב''ד אודווארי שליט''א. זונטאג נאכט איז פארגעקומען די שמחת הקריאת שמע ליינען און די וואך נאכט בצל הקודש פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין רמת וויזניץ חיפה. די קריאת שמע


והאבן הזאת: מצבה געשעלט ביי מקום מנוחתו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה
מיטווואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן שטייענדיג קרוב צו פינף חדשים נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה איז היינט געשטעלט געווארן א מצבה ביי מקום מנוחת קדשו, במרומי הר הזיתים אינעם אהל הק' פון אביו הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצוק"ל. ביים לייגן די מצבה זענען אנוועזנד געווען בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א און זיינע ברידער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא שליט"א, הרה"צ רבי מאיר ראזנבוים שליט"א מק


שמחה רוממה ביים נישואין בחצרות הקודש תולדות יהודה - סערדאהעלי
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן די וואך מיטגעהאלטן די שמחה רוממה ביי די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' חיים אליעזר זילבער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' חיים אלעזר מאנדלאוויטש שליט"א חבר ביד"ץ טארטיקוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' מרדכי אפרים פישל סופר שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק בוענאס איירעס


אהבת קדומים: האד' מסאדיגורא באזוכט ביי האד' מסקולען
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש כ״ק אדמו״ר מסאדיגורא שליט״א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט בארא פארק, האט נעכטן דינסטאג אוונט אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א וועלכע האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט א געוואלדיגן התרגשות, דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער די קשר און דביקות פון צדיקי בית סקולען און סאדיגורא לדורותיהם, דערנאך האט דער סקולענער רבי אנגעהויבן דעם ניגון אור זרוע לצדיק און מכבד געווען מיט לחיים. נאכן באזוך האט די ר


געהויבענער באזוך פון האד' מסאטמאר אין לעיקוואוד להחזקת המוסדות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר אין דעם סאטמארן ישוב אין לעיקוואוד, האבן געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני נשיא העדה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אפגעשטאט א בליץ באזוך אין די קהלה ומוסדות הק' אין לעיקוואוד אויף לענגערע שעה'ן במשך פאריגן זונטאג וישלח העעל"ט. דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן באלד זונטאג אינדערפרי ממעון קדשו אין וויליאמסבורג, אנקומענדיג קיין לעיקוואוד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן תיכף לבנין ביהמ"ד הגדול אין דעם היימ


האד' מוויען וועט פראווען שב"ק וישב און ערשטע טעג פון חנוכה אין ירושלים עיה"ק מיט די בחורי החסידות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען א געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, אויף דעם קומענדיגן שב"ק פר' וישב, און פראווען א שבת מרומם און די ערשטע ליכטליך חנוכה אינאיינעם מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל. דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין ארץ ישראל לכבוד די יארצייט פון אמו הרבנית מסאבאטהעלי ע"ה וואס געפאלט אויס ערב חנוכה, דער רבי שליט"א וועט א


זכרתי ימים מקדם: הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע באזוכט ביי ידיד נעוריו האד' מנדבורנא בארא פארק
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט בארא פארק לטובת די בארימטער סלאבאדקע ישיבה, האט נעכטן פארנאכטס אפגעשטאט א באזוך ביי ידיד נעוריו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט''א פון בארא פארק זקן צדיקי בית נדבורנא, ומשיירי תלמידי הגאון המפורסם רבי אהרן קאטלער זצ"ל ראש ישיבה ד'לעיקוואד. דאס ידידות צווישן דעם סלאבאדקע ראש הישיבה און די נאדווערנער רבי גייט צוריק 70 יאר ווען זיי האבן עטליכער יאר מ


מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומע


רבבות חסידי סאטמאר וועלן פייערן נס הצלה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דעם כ"א כסלו אינעם ריזן 'קראונהייטס ארמארי'
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר קוקן ארויס מיט שפאנונג אויפ'ן גרעסטן יערליכן צוזאמקום זמן קהילה לכל אין צוגאב צו א רייע מעמדי קודש לשם ולתפארת, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, די גרויסע טאג וואס איז מיוחד ביי חסידי סאטמאר אלס די יום ההודאה, און דערביי ווערט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו שטיצן די מוסדות הקדושים מיסודו פונעם בעל הנס, און ארויסצייגן הכרת הטוב פאר די הנהלת


האד' מוויען צוגאסט אויף שבת אין מאנסי לרגל שבת עליה לתורה פון אן אייניקל
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN אויף דעם שבת פ' ויצא העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א געווען צוגאסט אין מאנסי לכבוד די שבת אופרוף פון א אייניקל, א זון פון זיין איידעם הרב יואל ווייסמאנדל שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, די רבי האט געפראוועט די תפילות ליל שבת קודש און שלש סעודות אין ביהמ"ד תפארת יהושע וויען אויף פרענסיס. שבת אינדערפרי האט די רבי געדאוונט אין נייטרא ביהמ"ד וואו דער חתן ה


אלפי ישראל אפגעהאלטן יומא דהילולא קדישא אין טשענגער ביים מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר זי"ע
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דער שטאט טשענגער אין אונגארן האט ווידעראמאל אויפגעלאכטן, ווען זי האט זוכה געווען צו זיין דער אכסניא של תורה, און אויפנעמען די טויזנטער פוקדי ציון הקדוש פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע, דעם פארלאפענען ה' כסלו, די יומא דהילולא קדישא, וואס איז געפאלן פארגאנגענעם מאנטאג ויצא. דער בילד ווי שווערע טויזנטער אידן שטראמען צום ציום הקדוש, די מחזה ווי פרישע גרופעס אידן קומען אן יעדע שטיק צייט און ווענדן זייערע טיט


אסיר ציון ר' אלעזר צדוק קאופמאן הי"ו ענדליך באפרייט נאך 138 טעג טורמע; מעמדי קבלת פנים בחוצות העיר ובבתי גדולי ישראל
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחאיאל רייכמאן נעכטן מאנטאג האבן טויזנטער בני ציון היקרים מקבל פנים געווען דעם גיבור החיל האברך החשוב ר' אלעזר צדוק קאופמאן שיחי' וועלכע איז די לעצטע פון די דריי אסירי ציון וואס זענען ארעסטירט געווארן ביי די מחאות און יאהוד פארגאנגענעם חודש תמוז, און האט פאר פיר לאנגע חדשים געשמאכטעט אין טורמע, גענצליך אפגעזונדערט פון די וועלט, מיט יסורים און פייניגונגען וואס ער איז דארט אריבער צוליב זיין עקשנות דקדושה. די דריי ח


וּבְחוּצוֹת יְרוּשָׁלַיִם: געהויבענער רבישע חתונה בחצרות סאדיגורא ירושלים - מודזיץ - בערטש
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטער ברגשי שמחה והתעלות האבן פילע חסידים מיטגעהאלטן די געהויבענע רבישע חתונה פון די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' צבי אלימלך רוקח שליט"א אבד"ק בערטש פלעטבוש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממאדזיץ שליט"א פון פלעטבוש , וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל וברוב פאר והדר אין די זאלן פון בניני האומה אין ירושלים. עס האט זיך א


גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם בן כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד האבן זיך נעכטן מאנטאג געוואונטשן מזל טוב ביי די שמחת התנאים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל בעל ביכורי חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' שמעון דוד משה קעניג הי"ו פון קרית צאנז, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד צאנז זמיגראד אין בני ברק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א העומד מצד אחיו החתן, און


ראשונה יסעו: ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' בראשות האד' מתולדות יהודה; שב"ק פ' יתרו, קבלת התורה אין ליזענסק
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי ומעריצי בית תולדות יהודה נעמען אויף מיט התרגשות'דיגע עקסטאז די היסטארישע נייעס מבית כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א איבער אן ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' וואס דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פר' יתרו, פוקד צו זיין ביי די קדושים אשר בארץ המה לענגאויס אייראפע, ווען אין הויכפונקט וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין דעם שבת פר' יתרו, קבלת התורה, מלא קדושה ודביקות אין עיר הקודש ליזענסק. מיט די יעצטיגע נסיעה וועט דער ר


יגילו במלכם: אומבאשרייבליכע שמחה עילאה ביי חתונה הגדולה פון נכדת האד' מוויזניץ פארגעקומען אין מאנסי
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. – א"א,JDN מיט אומבאשרייבליכע שמחה והתרוממות עילאה האבן פילע טויזנטער חסידי וויזניץ מיטגעלעבט די היסטארישע חתונה רוממה פון נכדת מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן אין שטאט מאנסי, ווען מ'האט זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, דער רועה נאמן עטרת תפארת ישראל, דער וויזניצער רבי שליט"א, איז מפאר על ראש שמחתו באנפין נהירין, קומענדיג ספעציעל צו פארן פון ארץ ישראל מאציל צו זיין מהודו והד


שיינע שידוך געשלאסן אין הויפן פון מאחנובקא בעלזא - שאץ - קארלין לעלוב - ספינקא
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שמעון ראזענפעלד שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק אייזיק ווייס זצ"ל מספינקא, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית מלכה אין בני ברק, אין שפיץ פון די חשובע זיידעס און מח


מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת בניית בית המדרש הגדול זוטשקא געשלאסן מיט אויסטערלישע סוקסעס
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכער מעמד נרגש איז פארגעקומען דעם מוצש"ק העעל"ט דורך הונדערטער חסידים, מעריצים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ביים גראנדיעזן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין בני ברק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א. דער מעמד איז פארגעקומען אינעם עלעגאנטן 'ווינישען' זאל אין פתח תקוה, וואס איז געווען פראכטפול דעקארירט און אהערגעשטעלט אויף זייער א רייכע שטייגער, לכבוד העם הנאספים


bottom of page

