זכרתי ימים מקדם: הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע באזוכט ביי ידיד נעוריו האד' מנדבורנא בארא פארק
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט בארא פארק לטובת די בארימטער סלאבאדקע ישיבה, האט נעכטן פארנאכטס אפגעשטאט א באזוך ביי ידיד נעוריו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט''א פון בארא פארק זקן צדיקי בית נדבורנא, ומשיירי תלמידי הגאון המפורסם רבי אהרן קאטלער זצ"ל ראש ישיבה ד'לעיקוואד.
דאס ידידות צווישן דעם סלאבאדקע ראש הישיבה און די נאדווערנער רבי גייט צוריק 70 יאר ווען זיי האבן עטליכער יאר משנות בחרותם זיך משלים געווען בתורה אין די בארימטע לעיקוואדער ישיבה זייענדיג פאררעכנט מבחירי תלמידי', ס'איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס בדברי תורה און זכרונות פון יענע תקופה ווען דער רבי מיטן ראש הישיבה האבן דארט געלערנט אלס בחור,נאכן באזוך האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה צו דער גאס ונפרדו לשלום.






