געהויבענע שמחת ברית מילה פון נכד האדמור"ים מוויזניץ און סערט וויזניץ
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
מיטווואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם מאנטאג איז געפראוועט געווארן די שמחת ברית מילה פון אן אור אייניקל ביי האדמו''רים מוויז'ניץ און סערט וויזניץ, די רך הנימול א זון פון הרב זלמן לייב מייזליש שליט"א איידעם ביי הרה''צ רבי יואל איתמר קרויז שליט"א בן הגה''צ גאב''ד אודווארי שליט''א.
זונטאג נאכט איז פארגעקומען די שמחת הקריאת שמע ליינען און די וואך נאכט בצל הקודש פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין רמת וויזניץ חיפה. די קריאת שמע ליינען איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל השולחנות מיט די הונדערטער ילדי חמד וועלכע זענען נאכן מעמד, דורך דעם רבי'ן ערהאלטן מטבעות לשמירה. די שמחת הוואך נאכט איז פארגעקומען אינעם היכל השולחנות מיט די השתתפות פון הונדערטער חסידים, ווי מען האט געזינגען פילע ניגוני שמחה והודאה, און צום שלוס האט די רבי פארטיילט מטבעות לשמירה כנהוג.
צומארגנס מאנטאג איז פארגעקומען די ברית במעון הקודש פונעם עלטער זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן דער זיידע די סערט וויזניצער רבי שליט''א.
די עלטער זיידע די וויזניצער רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם בקול חינוק מדמעות, ויקרא שמו בישראל משה יהושע נאכן זיידן הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצוק"ל, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן די זיידע הרה"צ רבי יואל איתמר קרויז שליט"א.
עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודת הברית מילה ברון שיר ושבח, וואו מען האט א לענגערע שעה געזינגען ניגוני שבח והודאה, און עס איז פארצויגן געווארן שיינע שמועסן צווישן די זיידע'ס האדמור''ים, איבער זכרונות מימי קדם פון האחים הקדושים דער אמרי חיים און מקור ברוך זי"ע. די וויזניצער רבי האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה און דאן מכבד געווען מחותנו האדמו"ר מסערט וויזניץ פארצוזינגען אודה חזן וקהל.
















