top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער באזוך פון האד' מסאטמאר אין לעיקוואוד להחזקת המוסדות

  • Bechatzros admin
  • לפני 15 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

תלמידי וחסידי סאטמאר אין דעם סאטמארן ישוב אין לעיקוואוד, האבן געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני נשיא העדה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אפגעשטאט א בליץ באזוך אין די קהלה ומוסדות הק' אין לעיקוואוד אויף לענגערע שעה'ן במשך פאריגן זונטאג וישלח העעל"ט.


דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן באלד זונטאג אינדערפרי ממעון קדשו אין וויליאמסבורג, אנקומענדיג קיין לעיקוואוד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן תיכף לבנין ביהמ"ד הגדול אין דעם היימישן געגנט, א גרויסן עולם האבן אפגעווארט צו שלום געבן און מיטהאלטן דעם געהויבענעם דאווענען בצל הקודש, און באזונדער זענען אנוועזנד געווען די עלטערע כתות פון תלמוד תורה צו מיטהאלטן דעם ווארימען דאווענען.


נאכן דאווענען איז מען אריבער שלום נעמען און באזונדער די צעירי הצאן פון די תלמוד תורה זענען אריבער שלום נעמען מיט זייערע מלמדים, וועמען דער רבי שליט"א האט אויסגעפרעגט און גשעפט קורת רוח איבער די התעלות און שטייגן בתורה ויראה פון די צאן קדשים. דאן איז פארגעקומען א ברית ביי איינע פון די חסידים וואו דער רבי שליט"א איז געווארן מכובד מיט סנדקאות און ברכות.


דאן איז דער רבי שליט"א אריבער צו א רייכן פרישטאג באנקעט לטובת די מוסדות הק' אין לעיקוואוד, וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד מו"ה שמעון אטלאס הי"ו, אין דעם שכנות'דיגן ענקלעיוו דעוועלאפמענט. באזונדער האט דארט אפגעווארט הגה"צ רבי שלום גליק שליט"א אב"ד סאטמאר  אין לעיקוואוד וועלכער האט פארפירט א שיינער שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די קהלה און מוסדות הק' אין לעיקוואוד.


עס האבן זיך דארט פארזאמלט מערערע חשוב'ע נדיבי עם, וועלכע האבן דערביי אונטערגעשריבן שטרי שותפות מיטן רבי'ן שליט"א אפצוקויפן זכותים להחזקת המוסדות פאר גרעסערע סכומים, וואס האט אינאיינעם אריינגעברענגט דעם ריזן סכום פון קרוב צו $150,000.


עס האט אויפגעטרעטן הנגיד הנכבד העסקן מו"ה מנשה פרענקל הי"ו בשבח המוסדות, א זון פון דער לעגענדארער מנהל לימודי חול אין בית רחל רבות בשנים הרב החסיד מו"ה הירץ פרענקל ז"ל.


דאן האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש בשבח החזקת המוסדות, און דערנאך אויפגענומען די חשובע פארזאמלטע נגידים ונדיבים וועלכע האבן ביישטייערט שיינע סכומים להחזקת המוסדות הק'.


דאן איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום נייעם סאטמארער ביהמ"ד וועלכע ווערט געבויט אין דעם "מעיפלוואודס" געגנט, ווי די חברי וועד קרן הבנין ובראשם הרה"ח ר' אברהם אלימלך פיליפסאן הי"ו האבן ארומגעוויזן די גאר שנעלע פארשריט וואס מען האט געמאכט אין די לעצטע פאר חדשים. דער רבי שליט"א האט ווארים אנגעוואונטשן די עקסנים וועלכע זענען עומד על המשמר לנצח על מלאכת בית ה'.


פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען דאווענען מנחה בבית הרה"ח הנגיד הנכבד ר' אשר זעליג ווערצבערגער הי"ו, און נאך מנחה האט דער רבי שליט"א פארברענגט א וויילע מיטן חשוב'ן נדיב און בני משפחתו וואס האבן ביישטייערט גאר שיינע סכומים להחזקת המוסדות.


אין א שפעטע נאכמיטאג שעה האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם שטאט, און איבערגעלאזט א ווארעמע ברכה פאר אלע חשוב'ע עושים ומעשים, מיט א הכרת הטוב על כל פעולותיהם לטובה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page