top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויען וועט פראווען שב"ק וישב און ערשטע טעג פון חנוכה אין ירושלים עיה"ק מיט די בחורי החסידות

  • Bechatzros admin
  • לפני 42 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען א געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, אויף דעם קומענדיגן שב"ק פר' וישב, און פראווען א שבת מרומם און די ערשטע ליכטליך חנוכה אינאיינעם מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל.


דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין ארץ ישראל לכבוד די יארצייט פון אמו הרבנית מסאבאטהעלי ע"ה וואס געפאלט אויס ערב חנוכה, דער רבי שליט"א וועט אפרייזן קיין ארץ ישראל קומענדיגן מאנטאג נאכט, און וועט אין לויף פון די וואך מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל. שבת פ' וישב וועט דער רבי פראווען מיט די בחורי החסידות, באולם אור החיים אויף רחוב יואל אין ירושלים, וואו עס וועלן פארקומען די געהויבענע תפלות און טישן אויף א געהויבענעם פארנעם.


דער רבי וועט פארבלייבן אין ירושלים אויף זונטאג און מאנטאג די ערשטע צוויי נעכט פון חנוכה און אנצינדן די נרות ברוב עם הדרת מלך אין די אכסניא אויף רחוב יואל. דינסטאג מקץ וועט זיך דער רבי אומקערן לביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג אין פראווענען די איבעריגע ימי החנוכה בקרב חסידיו.

bottom of page