גייסטרייכע באזוך פון האד' מצאנז אין הייליגן מוסד 'בית לפליטות' אין ירושלים עיה"ק
- Bechatzros admin
- לפני 28 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א גאר געהויבענע באזוך איז די וואך אפגעהאלטן געווארן אינעם הייליגן מוסד בית לפליטות דורך כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט און אריבערגעקומען אנציוואוטשן און מחזק זיין די די בנות הכשרות, יתומות און מיידלעך פון שטובער וועלכע זענען ליידער צופאלן רח"ל.
ביים ערשיינען בשערי המוסד אין די מאה שערים געגענט האט די רבי שליט"א אנגעוואונטשן די צענדליגער בנות הכשרות און די צוות פונעם מוסד וועלכער האבן אפגעווארט דעם רבי'ן.
דערנאך איז די רבי ארויף אויפן ערשטן שטאק אינעם בנין וועלכע איז לעצטנס רענאווירט געווארן ברוב פאר והדר, און דארט קובע געווען א מזוזה אין איינע פון די צימערן, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן געטרייען נשיא ומנהל הרה"ח ר' משה יונה ראזנפעלד שליט"א ובנו הרה"ח ר' חיים אלעזר ראזנפעלד מנהל המוסד, הרה"ח ר' גבריאל פפנהיים שליט"א חבר ההנהלה, און נאך עסקני המוסד.
דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין התפעלות פון די געוואלדיגע פעולות הקודש, ספעציעל האט דער רבי שליט"א באוואונדערט די הצלת נפשות מחזק צו זיין קינדערלעך פון משפחות פון צוטיילטע שטיבער, דער רבי שליט"א האט דערציילט איבער די פעולות פון זיין הייליגן טאטן דער שפע חיים זי"ע צו ראטעווען און מחזק זיין נשברי לב נאכן קריג מיטן אויפשטעלן די שארית הפליטה, און באזונדער האט ער געגרינדערט די ישיבת מהרש"ג אין קרית צאנז נתני' פאר די נשמות פון צובראכנע שטיבער, צום שלוס האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן די געטרייע עסקנים העומדים במלאכת הקודש.
באותו מעמד האט ר' חיים אלעזר ראזנפעלד געוויזן פארן רבי'ן א צאל חפצי קודש פון די צדיקי הדורות הקודמים מאוצרו הטוב, צווישן זיי א בעכער פונעם הייליגן בית עין זי"ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום י"ב כסליו, די רבי האט געקישט דעם בעכער מיט א קענטיגע התרגשות, און טועם געווען דערין לחיים.
דערנאך האבן די מנהלים פארבעטן פונעם רבי'ן צו בענטשן די מטבעות קודש וואס וועט פארטיילט ווערן פאר די טייערע מיידלעך אין אלע אפטיילונגען פונעם מוסד, וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות זיך צו האלטן צו ערליכע היימישע נגינה, און די רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק אויף לשון הקודש פאר די מיידלעך וואס פארשטייען נישט קיין אידיש, ארויסהייבנדיג די געוואלדיגע זכיה זיך מחזק צו זיין אין די ענינים.






















