top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יגילו במלכם: אומבאשרייבליכע שמחה עילאה ביי חתונה הגדולה פון נכדת האד' מוויזניץ פארגעקומען אין מאנסי

  • Bechatzros admin
  • 2 בדצמ׳
  • זמן קריאה 5 דקות

דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: איצי מ. – א"א,JDN

מיט אומבאשרייבליכע שמחה והתרוממות עילאה האבן פילע טויזנטער חסידי וויזניץ מיטגעלעבט די היסטארישע חתונה רוממה פון נכדת מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן אין שטאט מאנסי, ווען מ'האט זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, דער רועה נאמן עטרת תפארת ישראל, דער וויזניצער רבי שליט"א, איז מפאר על ראש שמחתו באנפין נהירין, קומענדיג ספעציעל צו פארן פון ארץ ישראל מאציל צו זיין מהודו והדרו בעת משוש. מיט אויסערגעווענליכע עקסטאז און רירנדע הרגשים האבן די טויזנטער חסידים געהאט די זכי' לראות את פני המלך ולשמוח בשמחתו, בעת דער רבי שליט"א לייגט אראפ א מסירת נפש'דיגע עבודת הקודש פון עבדו את ה' בשמחה, ווען צו דער זעלבער צייט זעט מען אן די געוואלדיגע חולשה און דעם ספר תורה שרוי בצער, ווי דער רבי שליט"א, וואס האט זיך ממש אוועקגעריסן פון זיין שווערן מצב הבריאות, והוא מחולל מפשעינו, שטרענגט זיך איבער למעלה מכוחותיו הטהורות, מיטצוהאלטן די גאנצע שמחה בנהירו עילאה כאילו לא היה.


אין א מזל'דיגע שעה איז געגאנגען אונטער די חופה, די כלה בת קדושים, א טאכטער פונעם רבינס איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרב שמעון מוטצען שליט"א ראה"כ צאנז קלויזענבורג מאנסי, איידעם ביי הרב החסיד ר' אברהם איילענדער ז"ל מחשובי חסידי וויזניץ.דער חתונה איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי וועלכער האט געדינט אלס אכסניא של שמחה. די עסקנים פון חצר הקודש וויזניץ וויזניץ מאנסי האבן צוגערישט דאס ביהמ"ד צום מאקסימום און בטוב עין געשטאנען צו די האנט פונעם וועד החתונה מיט אלע טעכנישע און לאגיסטישע צוגרייטונגען צום חתונה הגדולה.


אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי פארלאזט די אכסניא אין שיכון סקווירא, לפאר על ראש שמחתו. אנקומענדיג אין ביהמ"ד איז צוערשט פארגעקומען א מעמד אמירת מזל טוב פאר די ילדי החסידות פון די וויזניצער חדרים אין ניו יארק, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים און דערנאך האט דער מנהל אין די וויזניצער תלמוד תורה אין מאנסי הרב מענדל לוריא מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי רגש און איבערגעגעבן א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע צאן קדשים. 


נאך א קורצע וויילע איז דער רבי ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין היכל ביהמ"ד. דער ציבור האט מיט פרייד מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און מ'האט דערנאך געזינגען די ניגוני התעוררות וואס איז איינגעפירט אין וויזניץ. ביים מעמד קבלת פנים און אזוי במשך די גאנצע חתונה האט באשיינט בראש השמחה דער בעל האכסניא כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.


מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מרדכי בערגער דומ"ץ צמח צדיק וויזניץ מאנסי.


דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן און די רבי איז ארויס צום מעמד החופה. דער רבי איז געווארן ארויסגעפירט אויף א בענקל, און געזעצן במשך די גאנצע חופה, ארומגענומען מיט א פלאסטישע מחיצה, אין ליכט פון די שווערע ווינטיגע וועטער.נחלי דמעות איז פארגאסן געווארן דורכ'ן ציבור האלפים בשעת מען האט ווייטער געזונגען די ניגוני דביקות והתעוררות אין דעם הייליגן זמן. ביים חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


דערנאך האט דער רבי שליט"א מסדר קידושין געווען בקול דממה דקה. עדי קידושין: הרה"ג ר' חיים מאיר בערגער ראש הכולל וויזניץ און הרה"ג ר' ישכר דוב ווידער דומ"ץ צאנז קלויזנבורג מאנסי. מיט קריאת הכתובה איז נתכבד געווארן דער פעטער הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ. ברכות ראשונות דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, ברכה אחריתא דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.


נאך די חופה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת קדשו פאר'ן ציבור האלפים, און גלייך דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין לעבעדיגע טענץ בתוף ומחול. די סעודת החתונה פארן עולם איז געווען צוגעשטעלט מיט א ברייטקייט אין ביהמ"ד הגדול, און פאר די בני המשפחה איז געווען צוגעגרייט די סעודה אין די אטריום זאל.צווישן די חופה און די חתונה האט זיך די רבי אויפגעהאלטן אינעם חדר הפרטי פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי נעבן ביהמ"ד וואו עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט''א. ארום 9 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו די חתונה לקול תרועת השמחה, און מעודד געווען די ריקודים בכוחות מופלאים, בעת דער ציבור האלפים וואס פילט איבער דעם בית הגדול והקדוש עד אפס מקום הייבט זיך אין די לופטן וינועו אמות הסיפים, אויף די פרייליכע ניגון ישראל בטח בה' און נאך ניגוני אמונה ובטחון.די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און במשך די חתונה אויפגענומען ביותרת הכבוד ובשמחה רבה די פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב. מיט א באזונדערע שמחה און הערצה האט מען ענטפאנגען די בעל האכסניא פון די שמחה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, מיטן ניגון קול רנה. ביים וואונטשן לחיים אינעם מיקראפאן האט די וויזניצער רבי ארויסגעהויבן זיין הכרת הטוב מעומקא דליבא פארן רבי'ן פון מאנסי וואס האט צוגעשטעלט די ביהמ"ד פאר די חתונה מיט אזא סבר פנים יפות, און צוגעלייגט אז ווער עס האט זיך געדרייט ביים זיידן דער הייליגער אמרי חיים, איז אזא הנהגה אינגאנצן נישט קיין חידוש.


די ריקודין האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע און איז געקומען צום קלימאקס ביים זינגען דעם ניגון אין עול מלבדו אין וואס די רבי קאכט כסדר אריין, ווען די רבי האט זיך אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו און איז געטאנצן מיט א פאטשיילע אין די האנט, זייענדיג מעודד די פייערדיגע ריקודין אין ביהמ"ד. דערנאך האט דער רבי נאכאמאל געבעטן די מייק און ארומגערעדט איבער די ניגון אין עוד מלבדו.


נאכן טאנצן איז די רבי ארויסגעגאנגען אויף א הפסקה מחמת חולשת גופו הטהור, אין די צייט וואס מען האט צוגעגרייט דעם ביהמ"ד צו מצוה טאנץ.נאך ארום א האלבע שעה איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ג ר' יקותיאל זלמן מוטצען שליט"א. ברכות ראשונות דער עלטער פעטער הגה"צ ר' אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט פ"ת. ברכה אחריתא די זיידע פון חתן הרה"ח ר' שלמה זלמן שאהן שליט"א.


נאך די שבע ברכות האט מען צוערשט אויפגערופן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט''א וועלכע איז געטאנצן די ריקודין לפני הכלה דערנאך מיטן חתן און דאן איז דער רבי ארויף אויפן אויבן אן און געטאנצן א מחול לצדיקים מיטן זיידן דער רבי שליט''א.


דער קלימאקס איז געווען ווען דער בדחנא דמלכא בחצר הקודש וויזניץ מאנסי ר' שרגא ראזמאן האט מיט הארציגע התעוררות'דיגע חרוזים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה אז די רבי איז מפאר בראש השמחה און מעורר געווען זכות אבות למען בריאותו השלימה פונעם רבי'ן, ער האט ער דערמאנט די התקשרות פונעם רבי'ן לאבותיו הקדושים, צום טאטן דער ישועות משה און צום זיידן דער אמרי חיים וואס האבן שטענדיג משפיע געווען אויפן רבי'ן און אים אינזין געהאט אלע יארן אזוי אויך האט מען דערמאנט דעם גרויסן פעטער תורת מרדכי שטייענדיג באתרא הדין און די געוואלדיגע התקשרות פון רבי'ן אינעם פעטער. מ'האט געזינגען ווארעמע ניגוני דביקות מיט א מוראדיגן התעוררות, און דער רבי האט צוגעטרעטן צו די עבודת הקודש, טאנצענדיג אויף די אייגענע פיס מיט א געוואלדיגן קאך און ברען.


דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און ווייטער געטאנצן מיט'ן חתן און זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי טייטלבוים שליט"א, און דערנאך א באזונדערע ריקוד מיט אלע קינדער און אייניקלעך, און צאצאים פונעם רבי'ן דער ישועות משה. באזונדער איז די רבי געטאנצן מיט מקורבו העסקן הרה"ח ר' מרדכי חנא כהנא הי"ו כאות הכרת הטוב פאר זיין שטענדיגע הילף, און בפרט ביי די יעצטיגע שמחה. אינצווישן די ניגונים האט די רבי געהייסן זינגען דעם "לעלוב'ער ניגון" ווען די חסידים טאנצן אינמיטן א קאדאטשקע. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה, שבח והודאה על כל החסד אשר גמלונו, מיטצולעבן א חתונה ביים רבי'ן אין הויף בשעת שהמלך במסיבו.


דערנאך איז דער רבי ווידער ארויס אויף א הפסקה בעת מען האט אויפגערופן די איבריגע זיידעס און מחותנים, און שפעט ביינאכט איז דער רבי צוריקגעקומען צום מצוה טאנץ פון די מחותנים, און צום לעצט די חתן לפני הכלה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page