top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשונה יסעו: ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' בראשות האד' מתולדות יהודה; שב"ק פ' יתרו, קבלת התורה אין ליזענסק

  • Bechatzros admin
  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי ומעריצי בית תולדות יהודה נעמען אויף מיט התרגשות'דיגע עקסטאז די היסטארישע נייעס מבית כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א איבער אן ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' וואס דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פר' יתרו, פוקד צו זיין ביי די קדושים אשר בארץ המה לענגאויס אייראפע, ווען אין הויכפונקט וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין דעם שבת פר' יתרו, קבלת התורה, מלא קדושה ודביקות אין עיר הקודש ליזענסק.


מיט די יעצטיגע נסיעה וועט דער רבי שליט"א צום ערשטן מאל באטראטן דעם פוילישן באדן, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט אלע יארן ביז היינט זיך מונע געווען פון אפרייזן צו די קברי צדיקים אין אייראפע, טראץ דעם רבי'נס התלהבות'דיגע התשוקקות און התקשרות צו די צדיקים שרפי מעלה מאורי החסידות.


לכל זמן, איז אצינד געקומען די געלעגענהייט ווען דער רבי שליט"א נעמט אונטער אן ערשטמאליגע נסיעה קיין אייראפע, אין צוזאמענהאנג מיט די גרויסע אונטערנעמונג פון עפענען די נייע "ישיבה קטנה דחסידי תולדות יהודה" וואס וועט שטיין תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, און אנטשפרעכט אויסצושטייגן א מגדל אור פאר בחורים יראי ה' וואס וועלן שטייגן בתורה ועבודה אונטער דעם רבי'נס הדרכות והשראות, שוין נאכדעם וואס עס גייט אן די לעצטערע יארן די ישיבה גדולה תולדות יהודה, וואס האט קונה שם טוב געווען אלס זעלטענע מקום תורה ויראה.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן פר' יתרו אינאיינעם מיט די נגידים בעם ותומכי תורה וואס ועולן האבן די זכי' מיטצולעבן די הייליגע טעג פון התעלות והתעוררות ווען דער רבי שליט"א וועט ארומרייזן צו די קברי צדיקים אין פוילן, ווען אינעם קלימאקס וועט געפראוועט ווערן דער שבת נועם הנשמות אין ליזענסק סמוך ונראה צום ציון המציונת פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.


אין די טעג בעפאר און נאך שבת וועט דער רבי שליט"א פוקד זיין ביי די צדיקים אין וועם דער רבי שליט"א איז פארקאכט און איז כסדר דולה ומשקה מתורתם לאחרים, ספעציעל אין לאנצוהט ביים הייליגן ראפשיצער רב, אין דזשיקוב ביי די צדיקי בית דזשיקוב, אין ראזאוודאוו, און אין שטאט סאניק וואו ס'איז לעצטנס נתגלה געווארן דער ציון הק' פון האדמו"ר הזקן הרה"ק רבי איציקל סטוטשינער זי"ע.


אין די יעצטיגע טעג ווערן שוין געמאכט די העפטיגע הכנות מטעם דער וועד הנסיעה מסדר צו זיין די אלע דעטאלן און צוגרייטונגען צו די נסיעה רוממה וואס אנטשפרעכט צו זיין א היסטארישע און הייליגע איבערלעבעניש ביי אלע משתתפים.

bottom of page