אסיר ציון ר' אלעזר צדוק קאופמאן הי"ו ענדליך באפרייט נאך 138 טעג טורמע; מעמדי קבלת פנים בחוצות העיר ובבתי גדולי ישראל
- Bechatzros admin
- לפני 45 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחאיאל רייכמאן
נעכטן מאנטאג האבן טויזנטער בני ציון היקרים מקבל פנים געווען דעם גיבור החיל האברך החשוב ר' אלעזר צדוק קאופמאן שיחי' וועלכע איז די לעצטע פון די דריי אסירי ציון וואס זענען ארעסטירט געווארן ביי די מחאות און יאהוד פארגאנגענעם חודש תמוז, און האט פאר פיר לאנגע חדשים געשמאכטעט אין טורמע, גענצליך אפגעזונדערט פון די וועלט, מיט יסורים און פייניגונגען וואס ער איז דארט אריבער צוליב זיין עקשנות דקדושה.
די דריי חשובע יונגעלייט זענען, ווי געזאגט, ארעסטירט געווארן נאכן מוחה זיין אויפן חילול הקברים אין יאהוד, און דערנאך, וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען געזוכטע דורך די מיליטערישע אינסטאנצן ווייל זיי האבן זיך נישט געשטעלט צום "לשכת הגיוס", זענען זיי באלד אריינגעשליידערט געווארן אינעם מיליטערישע טורמע ה"י.
דורכאויס די 138 טעג וואס ר' אלעזר צדוק איז געזעצן אין תפיסה, אריינגערעכנט חודש תשרי און עטליכע חתונות פון זיינע געשוויסטער, איז אריינגעלייגט געווארן אימערמידליכע כוחות מיט פילע שתדלנות, און נעכטן האט א ריכטער אים ענדגילטיג באפרייט און ער האט אויך באקומען זיין לאנג ערווארטעטע "פטור" פון דינען אינעם טמא'נעם מיליטער.
נאך זיין באפרייאונג איז ער אנגעקומען קיין בני ברק וואו עס איז אנטשטאנען א געוואלדיגער שמחה אין שטאט, ר' אלעזר צדוק איז ארויפגעגאנגען למעונם פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א און הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א אינאיינעם מיט די עסקנים פון וועד למען אסירי ציון וועלכער האבן אימערמידליך געארבעט פאר זיין באפרייאונג, דערנאך איז פארגעקומען א גרויסן מעמד קבלת פנים אויף די גאסן פון בני ברק.
שפעטער ביינאכט איז ער אנגעקומען קיין ירושלים, צום ערשטן סטאנציע ביים מתחם שנעלער וואו עס האבן זיך פארזאמלט טויזנטער ילדי תשב"ר אנגעטון מיט בגדי שבת מיט פאסיגע טאוולען און פענער זייענדיג מקבל פנים דעם מקדש שם שמים מיט גרויס כבוד און פאראדע אונטער א פראכטפולער חופה, דערנאך איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד קבלת פנים על פני ככר השבת וואו שווערע טויזנטער אידן האבן אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ און געזאנגען, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט, ותהי שמחה גדולה בירושלים.
ביים מעמד האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע דער ראש ישיבה הגאון האדיר ר' יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים און כ"ק מקהל חסידי ירושלים שליט"א, דערנאך האט דער גיבור חיל זעלבסט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע און מסירות נפש'דיגע דיבורים.
נאכן מלכות'דיגע אויפנאמע איז ר' אלעזר צדוק אנגעקומען לביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע האט אויפגענומען דעם חשובן אסי ציון במאור פניו הק' מיט א שמחה רבה, אויסרופנדיג "ברוך מתיר אסורים", און דערנאך אנגעהויבן ניגוני שמחה לכבוד המאורע.
דערנאך איז מען אריבער צום מעון הקודש פון כ''ק האדמו''ר ממשכנות הרועים שליט''א וואו עס זענען אויך געווען אנוועזנד די איבעריגע אסירי ציון צווישן זיי דעם רבינס אייניקל הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש וואס איז נישט לאנג צוריק באפרייט געווארן פונעם מיליטערישע טורמע.
די רבי האט מחזק געווען די גיבורי החיל וועלכע האבן זיך נישט געבראכן פון די שווערע פייניגונגען און די טורמע־אומשטענדן, און ארומגערעט איבער די געוואלדיגע זכי' צו זיצן אין תפיסה למען כבוד שמים.


























