top of page
הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביי הדלקת נר חנוכה בהיכל ישיבה קטנה שביל התורה בנשיאתו
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה האט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפראוועט א מעמד הדלקת נרות חנוכה אין ישיבת "שביל התורה" אין קרית יואל וואס שטייט בנשיאותו, דער רב שליט"א האט געצינדן די נרות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, ווי א קאפעליע בחורי חמד האבן מהנה געווען מיט זמירות שירות ותשבחות. נאכן הדלקה האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי פלפול ואגדה בענייני דיומא. שפעטער איז דער רב ערשינען א


אין לנו רשות להתפשר: דעת קדשו פון האד' מסאטמאר איבער גזירת הגיוס אפגעהילכט אין חרד'ישע פרעסע אין ארץ ישראל
זונטאג פ' ויגש • א' טבת - ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש די שטורמישע דעת תורה הבהירה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבער'ן ביטערן מצב מיט'ן גזירת הגיוס הילעכט אפ די אין די יעצטיגע ימי החנוכה איבער די אלגעמיינע חרדי'שע גאס אין ארץ ישראל, מיט די ערשיינונג פון א ספעציעלע שמועס וואס דער רבי האט געשאנקען פאר די "משפחה" מאגאזין, ארום די שווערע גזירה. די דברים קילורין לעינים פונעם רבי'ן שליט"א איז איבערגעגעבן געווארן פאר'ן חרדי'שן זשורנאליסט ר' ארי' ערליך, וועלכער האט עספיעט אין די


שמחת קישור החיתון אין הויפן פון בישטינא - מעליץ - מודזיץ - אופעלע - שאץ
זונטאג פ' ויגש • א' טבת - ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג מקץ נר ב' דחנוכה איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א, חדב"נ כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקווה, א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם נחמי' מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, און א אור אייניקל פון אחיו כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בישטינא אין פתח תקווה.


לקיים בנו חכמי ישראל: הגאון ר' דוד שמידל שליט"א יו"ר אגודת אתרא קדישא אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים
זונטאג פ' ויגש • א' טבת - ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תורה הקדושה התחנני בבקשה: אידן איבער די וועלט זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון הגאון המפורסם רבי דוד שמידל שליט"א יושב ראש אגודת אתרא קדישא און ראש כולל ישיבת טבריא אין קוממיות, פון די לעצט פארבליבענע תלמידים פון מרן החזון איש זצוק"ל, וועלכער געפונט זיך ליידער אין א שווערע צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים. אין מערערע היכלי התורה און מוסדות החינוך פונעם ישוב הישן קומען פאר עצרות תפילה למען רפואתו השלימה, אי


התרגשות’דיגע מאמענטן אין וויזניץ: באפרייטער משכון יוסף חיים אוחאנא באטייליגט ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה
זונטאג פ' ויגש • א' טבת - ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר התרגשות'דיגע מאמענטן האבן זיך נעכטן אפגעשפילט ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה אין די וויזניצער הויף אין בני ברק, וואו עס האט זיך אנגעזעהן צווישן די געסט הב' יוסף חיים אוחאנא ני"ו פון די לעצט פארבליבענע משכונות וואס איז געלאזט געווארן אויף די פריי נאכן זיין פארכאפט גאנצע צוויי יאר ביי די אראבישע רוצחים אין עזה, ער איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון זיין פאטער וועלכע האט געהאט אנגעקניפט גאר א פערזענל


מאסן חסידי טאהש אין ניו יארק מיטגעהאלטן מעמד הדלקת נרות חנוכה דורך האד' מטאהש אין שטאט מאנסי
מוצאי שב"ק פ' מקץ • ל' כסלו - ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער מאסן חסידי טאהש דרי ניו יארק האבן זוכה געווען מיטצולעבן דעם געהויבענעם מעמד הדלקת הנירות די צווייטער נאכט חנוכה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וואס איז געקומען צו פארן קיין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו, צו באשיינען די שמחת התנאים פון א אייניקל. ווי באריכטעט איז ארויסגעדינגען געווארן די זאלן פון עטרת חיה שרה וואס איז געווארן אויסגעשטעלט צו איר מאקסימום מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס


ברוך דיין האמת: הרבנית הצדיקת מנובומינסק מרת מרים לאנדינסקי - פערלאוו ע"ה נפטר געווארן בשיבה טובה
פרייטאג פ' מקץ • כ''ט כסלו - ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מנובומינסק, מרת מרים לאנדינסקי - פערלאוו ע"ה, אשת חבר בזיווג שני פון כ"ק אדמו"ר מנובומינסק זצ"ל, וועלכער איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר. די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שיקאגא צו איר פאטער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם אייכנשטיין זצ"ל מזידיטשוב שיקאגא, א זון פון הרה"ק רבי יהושע העשיל זי"ע, א אייניקל בן אחר בן פו


תפארת בראשו: האד' מאנטניא אנגעטון א קאלפיק צום ערשטןמאל לכבוד יום טוב חנוכה
דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם יום טוב חנוכה האט כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א געצינדן די נרות אנגעטון מיט א קאלפיק, זייענדיג מחדש דער מנהג וותיק פון אבותיו הקדושים. טראץ וואס די רבי שליט"א וועלכע פירט שוין אן באדמורו"ת איבער דרייסיג יאר, פלעג ביז היינט נישט גיין מיט א קאלפיק וואו עס האבן זיך נוהג געווען אבותיו הקדושים לבית וויזניץ און אנטניא ביומא דפגרא, האט דער רבי היי יאר באוויליגט צו מחדש זיין דעם מנהג און צינדן די נרות ח


שיינער שידוך געשלאסן בחצר צאנז - מאקאווא - דזיקוב וויזניץ - סטראפקוב
דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ א הערליכע שידוך איז געשלאסן געווארן פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין די רמה ד' געגנט אין בית שמש, זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה, זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, די שמחת הווארט


כי בא אורך: האד' מאמשינוב וועט זיין צוגאסט אויף שב"ק פ' ויגש אין עיר התורה והחסידות בני ברק
דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן וואך שבת קודש פרשת ויגש וועט כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א זיין צוגאסט אין שטאט בני ברק, לרגל השמחה במעון קדשו, די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי דוד מיליקובסקי שליט''א איידעם ביי הגאון ר' ישראל אהרנסון מראשי ישיבת חזון נחום ומרבני קהילת אמשינוב, וואס איז נכנס לעול תורה ומצוות בעצם יום השבת ז' טבת. די פריידיגע בשורה איבער דעם רבינס באזוך אויף א שבת אין בני ברק ברענגט ארוי


צור ישועתי: האד' מקאזניץ ערשטמאליג פוקד ציון הק' פון הרה"ק ר' אלעזר קאזניצער בעצם יומא דהילולא, ב' דחנוכה
דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש אין אן ערשטמאליגע שריט איז כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א ארויסגעפארן בעיצומו של ימי האורה יו"ט חנוכה אויף א בליץ-נסיעה קיין פוילן, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר מקאזניץ זי"ע בעצם יומא דהילולא וואס געפאלט כ"ו כסליו, ב' דחנוכה. כאטש וואס דער קאזניצער רבי שליט"א האט זיך ביז היינט מונע געווען פון פוקד זיין קברים בימי החנוכה, האט ער אצינד משנה געווען ממנהגו, נאכדעם וואס אין די לעצטערע תקופה איז אנטפלע


האד' מטאהש שטאט אפ גאר דערהויבענע באזוכן אין ישיבות הקדושות און תלמוד תורה דחסידי טאהש אין ניו יארק לכבוד חנוכה
מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען דעם מאנטאג אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לכבוד די שמחת התנאים פון אן אייניקל, און האט דערביי געצינדן די נירות ברוב עם הדרת מלך, בקרב חסידי טאהש אין ניו יארק. גלייך ביים אנקומען קיין ניו יארק איז דער רבי שליט״א צוגעפארן אויף א באזוך אין בנין ישיבה גדולה תורת משולם ד'טאהש אין טשעסטער, וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די סדרי ימי חנוכה אין ישיבה, און די בחורים ג


הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך האמונה, ונשיא מפעל החסד "לחמי מרדכי" אויף א באזוך בארה"ק
מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז אנגעקומען בשערי ארצינו הקדושה המשפיע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א, בעל דרך האמונה, ונשיא מפעל החסד "לחמי מרדכי", זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. דער משפיע שליט"א איז אנגעקומען קיין ארה"ק זיך אומצוקוקן פון דער נאנט אויף די צדקה וחסד ארגאניזאציע "לחמי מרדכי" וועלכע שטייט תחת נשיאותו, ווי מען פארטיילט מדי שבוע בשבוע הונדערטער פארציאנען פון פיש און פלייש, חלות און מזונות, זיסווא


נעילת ימי השמחה בחצה"ק סאטמאר געפראוועט ביים גרויסן מעמד לכבוד כ"א כסלו צוזאמען מיט תלמידי המתיבתא
מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפראוועט א מעמד הודאה לרגל האי יומא רבה כ"א כסליו אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה אין קרית יואל פון אלע סניפים, די מעמד היי יאר איז פארגעקומען אין די גינת קליין זאלן אינאיינעם מיט א שבע ברכות ונעילת ימי השמחה לכבודו פונעם ראש ישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א לרגל די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א - ממציוני תלמידי המתיבתא, וואו א רייכע סעודה


יערליכע מסיבה של מצוה לטובת קרן חתנים ד'באבוב אפגעהאלטן אין בארא פארק
מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די יערליכע מסיבה לטובת קופת קרן חתנים דבאבוב, ס'איז פארגעקומען אין די רודניקע זאל, ווי חסידי באבוב זענען ארויסגעקומען שטיצן די חסד אימפעריע וואס פארטיילט די שטוינענדע סומע פון 16 טויזנט דאלאר פאר יעדע חתן אין די קהילה. היי יאר איז פראקלאמירט געווארן די נייע פראיעקט פון ״שמחים בחלקם״, וואס שטעלט פאר גורלות פון שווערע טויזנטער דאלארן פאר אלע חתנים


הגה"צ רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אויסטראליע באזוכט אין סידני נאך שרעקליכע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע
מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן דינסטאג האט הגה"צ רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אויסטראליע אפגערייזט דעם ווייטן נסיעה צום שטאט סידני אינעם אנדערן עק לאנד, וואו ער האט זיך משתתף געווען ביי די לוויות פון די אידישע קרבנות צווישן די אומגעקומענע אין דער שרעקליכער אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע אויף א חנוכה פארזאמלונג אין סידני, אויסטראליע, וואס איז פארגעקומען ביים ארט פון דער אטאקע, וואו הונדערטער אידן האבן זיך פארזאמלט צו באערן און באוויינען די אומגעקומ


טויזנט שקל א טאג: סכומים עצומים פארטיילט ביי מעמד חיזוק והוקרה פאר דריי באפרייטע גיבורי החיל
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג כ"א כסלו אין טאג פונעם יום הצלה פון הרה"ק מסאטאמר זי"ע איז פארגעקומען א זעלטענע מעמד קידוש השם לכבודם פאר די דריי באפרייטע אסירי ציון וועלכע האבן געשמאכטעט אין טורמע לענגערע וואכן און חדשים פארן זיך נישט וועלן שטעלן אין די ציוניסטישע מיליטער, ווי די גיבורי החיל האבן ערהאלטן א סכום אדיר פון "טויזנט שקל" פאר יעדע איינציגסטע טאג וואס זיי זענען געזעצן אין טורמע. די דריי חשובע אינגעלייט מבני ישו


פרייליכע שמחת החתונה אין הויפן פון מאחנובקא בעלזא - יערוסלאב - שידולובצא - ערלוי
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידי מאחנובקא בעלזא האבן פארלאפענעם וואך מיטגעהאלטן דער שמחת נישואין בחצר הקודש, פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' יחיאל מיכל רוקח שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' שמעון שמואל קארנרייך שליט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ערלוי בני ברק שליט"א, וואס איז געפ


טויזנטער ביי מעמד הדלקת נירות חנוכה אין ראחמיסטריווקא הויף | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


אחים לדעה: יערליכע מסיבה אין בארא פארק לטובת מוסדות באבוב-45 לאנדאן
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN פארלאפענעם זונטאג ושיה איז פארגעקומען אין בארא פארק די יערליכע מסיבה לטובת מוסדות באבוב-45 המתנוססים לתפארה בעיר הבירה לאנדאן וואו עס ווערן נתחנך הונדערטער תלמידים בלי עין הרע תחת הדרכתו ונשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א. די מסיבה איז פארגעקומען אינעם בנין ביהמ"ד הגדול באבוב 45, פאררופן דורכן רבינס זון הרה"צ ר' שלום אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועם דער


bottom of page

