top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך האמונה, ונשיא מפעל החסד "לחמי מרדכי" אויף א באזוך בארה"ק

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

פארגאנגענע וואך איז אנגעקומען בשערי ארצינו הקדושה המשפיע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א, בעל דרך האמונה, ונשיא מפעל החסד "לחמי מרדכי", זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א.


דער משפיע שליט"א איז אנגעקומען קיין ארה"ק זיך אומצוקוקן פון דער נאנט אויף די צדקה וחסד ארגאניזאציע "לחמי מרדכי" וועלכע שטייט תחת נשיאותו, ווי מען פארטיילט מדי שבוע בשבוע הונדערטער פארציאנען פון פיש און פלייש, חלות און מזונות, זיסווארג און מתנות, און אנדערע שטוב געברויכן, פאר הונדערטער משפחות יתומים ל"ע פון שטאט בית שמש.


דער משפיע שליט"א האט באזוכט אינעם גרויסן זאל ווי די "שבת פעקלעך" ווערן געפאקט וועכנטליך, ווי עס איז אפגעראכטן געווארן א מורגש'דיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו, ווי ער האט שטארק מחזק געווען די עוסקים במלאכת הקודש, אז זיי זאלן ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש, זאגענדיג אז די איין איינציגסטע מטרה פון אויפהאלטן אזא חסד אפארט אז בלויז נאר צו דערפרייען און מחזק זיין די לעכטיגע קינדערלעך וואס האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער קיין מאמע רח"ל אינדערהיים.


באזונדער איז דער משפיע שליט"א ערשינען אויף ביקורי כבוד בבתי מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפואה שלימה אין די אכסניא אין מושב אורה, ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות און נאך.


בעת דעם באזוך במעון הקודש פונעם פוסק הדור, האט זיך דער גאון אויסגעדריקט בשבחו פונעם הייליגן ארגון החסד, אז ווער עס האט נאר אביסל שכל דארף נאכלויפן אזא ארגאניזאציע "לחמי מרדכי" מיט סכומים הגונים.


באזונדער האט דער משפיע שליט"א באזוכט אין טבריה במעונו פון המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א, וועלכע האט גאר שטארק מפליג געווען בשבחו פון "לחמי מרדכי", ווי ער האט זיך אויסגעדריקט "אז ער איז מקנא די וועלכע זענען זוכה צו שטיין לימינם און זיין א שותף פעולה מיט די הייליגע פעולות, וואס דאס איז מקרב די גאולה השלימה".


אזוי אויך האט דער משפיע שליט"א אפגעראכטן א מעמד בקשת רחמים ביים ציון הק' פון התנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי אין אתרא קדישא מירון, ווי ער האט אינזינען געהאט אלע תומכי האירגון אז זיי זאלן געבענטשט ווערן בכל מילי דמטיב.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page