מאסן חסידי טאהש אין ניו יארק מיטגעהאלטן מעמד הדלקת נרות חנוכה דורך האד' מטאהש אין שטאט מאנסי
- Bechatzros admin
- לפני 41 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' מקץ • ל' כסלו - ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער
מאסן חסידי טאהש דרי ניו יארק האבן זוכה געווען מיטצולעבן דעם געהויבענעם מעמד הדלקת הנירות די צווייטער נאכט חנוכה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וואס איז געקומען צו פארן קיין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו, צו באשיינען די שמחת התנאים פון א אייניקל.
ווי באריכטעט איז ארויסגעדינגען געווארן די זאלן פון עטרת חיה שרה וואס איז געווארן אויסגעשטעלט צו איר מאקסימום מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס צו אקאמאדירן דעם ריבוי עם, וואס האהן איבערגעפילט דעם זאל מקצה אל הקצה.
צום בשאטימטער צייט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מלובש מיט'ן שטריימל כמנהג אבותיו הק', דער רבי האט אנגעגרייט די מנורה און געזאגט די ברכות מיט א נעימות, און דערנאך ממשיך געווען מיט די זמירות כנהוג.
מיט די פזמונים און ניגונים האט מען מכבד געווען די רבנים חשובים הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף אבד"ק מכלל יופי, אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, הגה"צ רבי יהודה אליעזר יונגער אבד"ק קהל יראים, האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, און האדמו"ר מליזענסק שליט"א, נכדי הרה"ק מטאהש זי"ע.
דערנאך איז פארגעקומען די קינדער כאאר באגלייט דורך די טאהשער קאפעליע, וואו מען האט געזינגען די ניגונים וואס מען איז צוגעוואוינט בחצר הקודש טאהש.
נאכן מעמד הדלקת נרות חנוכה האט זיך דער רבי צוגעזעצט צום טיש, ביים שולחן הכבוד וואו עס איז פארגעקומען די גרויסארטיגע שמחת התנאים פונעם רבינס אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' חיים יחיאל אלטר סג"ל לאווי שליט"א אבד"ק טאהש מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' סיני וואגשאהל שליט"א מלאנצוהט, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים ארי' כהנא שליט"א אבד"ק זכרון אלימלך ספינקא מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר.
מען האט געזינגען פאסיגע ניגונים לכבוד די שמחה און לכבוד יום טוב חנוכה, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לכבודו של יום.
דערנאך האט די רבי מסדר געווען די תנאים, די עדים זענען געווען הנגידי ר' דוד מאירוביץ הי"ו פון וויליאמסבורג, און ר' ישראל אלי' ברוך ענגל הי"ו פון מאנסי.
נאכן מאכן די קנינים האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע פונעם חתן הגה"צ אבד"ק מכלל יופי שליט"א מיטן ליינען די תנאים. נאכן ברעכן טעללער האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אין פייערדיגע ריקודין. נאך לענגערע מינוטן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע אב"ד מכלל יופי שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, דערנאך האט דער רבי אליינס געטאנצן מיטן חתן ריקודין עילאין וינועו אמות הסיפים, און דאן מכבד געווען די געהויבענע מחותנים שליט"א.
במשכ'ן שמחה האבן זיך משתתף געווען הגאונים הצדיקים ורבנים פון שטאט מאנסי, צווישן זיי דעם רבינס שוואגער גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א, גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, אב"ד קהל יראים שליט"א, אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, אדמו"ר מליזענסק שליט"א, אב"ד עדעלין קערעסטיר שליט"א, אב"ד באר משה פרעמישלאן שליט"א, אב"ד תולדות אהרן מאנסי שליט"א, אב"ד ווענגרוב שליט"א, האדמו"ר מבאניא שליט"א, אב"ד נאפקער שליט"א, אב"ד משכנות הרועים שליט"א, אב"ד ראדאשיץ שליט"א, אב"ד זידיטשוב מאנסי שליט"א, אב"ד חמעלניק שליט"א, אב"ד פאמאנע שליט"א, אב"ד תפלה לדוד פודהייץ שליט"א, אב"ד זידיטשוב דרוהביטש שליט"א און נאך.
נאכן מעמד איז די גאנצע ציבור אריבער דעם רבי'ן א לענגערע צייט צו וואונטשן מזל טוב, און באקומען די מטבעות חנוכה לשמירה ברכה והצלחה.





















































