top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אויסטראליע באזוכט אין סידני נאך שרעקליכע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' מקץ • כ''ז כסלו - ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

נעכטן דינסטאג האט הגה"צ רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אויסטראליע אפגערייזט דעם ווייטן נסיעה צום שטאט סידני אינעם אנדערן עק לאנד, וואו ער האט זיך משתתף געווען ביי די לוויות פון די אידישע קרבנות צווישן די אומגעקומענע אין דער שרעקליכער אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע אויף א חנוכה פארזאמלונג אין סידני, אויסטראליע, וואס איז פארגעקומען ביים ארט פון דער אטאקע, וואו הונדערטער אידן האבן זיך פארזאמלט צו באערן און באוויינען די אומגעקומענע.


דורכאויס זיין קורצן באזוך אין שטאט האט דער רב שליט"א זיך געטראפן מיט די זק"א וואלונטירן וואס זענען אנגעקומען פון ארץ ישראל צו פארזיכערן כבוד המת, באזונדער איז ער געזעסן מיט די רבנים פון די ארטיגע קהילות אין סידני, און מנחם אבל געווען ביי הרב יהודה אולמאן חב"ד שליח אין באונדי ביעטש סידני, נאך די פטירה פון זיין איידעם דער חב"ד רב ר' אלי' שלאנגער הי"ד, וועלכע איז געווען צווישן די קרבנות. 


איידערן אהיימפארן איז דער רב שליט"א אריבער צו די לאקאלע שפיטאל וואו ער האט מבקר חולה געווען ביי איינע פון די פארוואונדעטע, א בחור וואס לערנט אין די מוסדות אין מעלבאורן, און נאך אידן וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין די אטאקע.


ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page