top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנט שקל א טאג: סכומים עצומים פארטיילט ביי מעמד חיזוק והוקרה פאר דריי באפרייטע גיבורי החיל

  • Bechatzros admin
  • 17 בדצמ׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג כ"א כסלו אין טאג פונעם יום הצלה פון הרה"ק מסאטאמר זי"ע איז פארגעקומען א זעלטענע מעמד קידוש השם לכבודם פאר די דריי באפרייטע אסירי ציון וועלכע האבן געשמאכטעט אין טורמע לענגערע וואכן און חדשים פארן זיך נישט וועלן שטעלן אין די ציוניסטישע מיליטער, ווי די גיבורי החיל האבן ערהאלטן א סכום אדיר פון "טויזנט שקל" פאר יעדע איינציגסטע טאג וואס זיי זענען געזעצן אין טורמע.


די דריי חשובע אינגעלייט מבני ישוב הישן וועלכער זענען דעם פארגאנגענעם חודש תמוז ארעסטירט געווארן ביי די מחאות אקעגן די חילולי קברים אין יאהוד, זענען ווי ברייט באקאנט אפגעזעצן לאנגע חדשים אין די מיליטערישע טורמע אונטער גאר שווערע אומשטענדן און פייניגונגען דורך די ציוניסטישע פאליציי, און האבן זיך געהאלטן פעלזן פעסט אין לויף פון די גאנצע תקופה גארנישט נאכצוגעבן פון זייערע פארלאנגען.


די דריי חשובע אינגעלייט האברך ר' דוד מנחם מינצבערג איז געזעצן אין טורמע פאר העכער 30 טעג, האברך בנש"ק ר' אריה מרדכי ראבינאוויטש איז געזעצן אין טורמע פאר העכער 90 טעג, און די לענגסטע איז געזעצן האברך ר' אלעזר צדוק קויפמאן, וואס איז נארוואס באפרייט געווארן נאכן שאמכטן אין טורמע העכער 130 טעג.


די מעמד קידוש השם וחלוקת התמיכה איז פארגעקומען אין בית המדרש "שערי טוביה" אין ירושלים עיה"ק, בית מדרשו פונעם מרא דארעא קדישא הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל, אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ישראל מנהיגי ישוב הישן, ווען אויפן אויבן אן זענען געזעצט געווארן די דריי העלדישע אסירי ציון וועלכע האבן מקדש שם שמים געווען מסוף העולם ועד סופו מיט זייער אויסטערלישע מסירות נפש.


בראש המסובים זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים, הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, הגאון רבי נתנאל פרץ מאירזאהן שליט"א ראש ישיבת חכמת התורה, הגה"צ רבי שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה, און נאך גדולי הרבנים ומורי הוראה פון די עדה החרדית, עסקנים חשובים און בני המשפחה פון די אברכים אסירי ציון.


נאכן הערן די פייערדיגע דרשות דורך די אנוועזנדע רבנים, איז פארטיילט געווארן די פאנטאסטישע סומעס פאר די העלדישע מקדשי השם, געוואנדן לויט די טעג וואס זיי האבן געשמאכטעט אין טורמע, וואו די אינגעלייט האבן באקומען "טויזנט שקל" פאר יעדן טאג וואס זיי זענען געזעצן אין תפיסה.


דערביי איז אויסגערופן געווארן די נעמען פון די חשובע נגידים ותומכים, ובפרט נגידי בית סאטמאר, וועלכע האבן ערמעגליכט די תמיכה הוקרה פאר די חשובע אברכים שוחררי ציון, וואס האט אריינגעבלאזן אין זיי און אין זייערע פאמילעס א אומבאגרייפליכע התחזקות אנצוגיין ווייטער מיט די מלחמה לה' בעמלק.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page