ברוך דיין האמת: הרבנית הצדיקת מנובומינסק מרת מרים לאנדינסקי - פערלאוו ע"ה נפטר געווארן בשיבה טובה
- Bechatzros admin
- לפני 20 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' מקץ • כ''ט כסלו - ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מנובומינסק, מרת מרים לאנדינסקי - פערלאוו ע"ה, אשת חבר בזיווג שני פון כ"ק אדמו"ר מנובומינסק זצ"ל, וועלכער איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר.
די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שיקאגא צו איר פאטער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם אייכנשטיין זצ"ל מזידיטשוב שיקאגא, א זון פון הרה"ק רבי יהושע העשיל זי"ע, א אייניקל בן אחר בן פון הרה"ק רבי אייזיקל מזידטשויב זי"ע, בזיווג ראשון האט זי חתונה געהאט מיט הגאון רבי יעקב זאב לאנדינסקי זצ"ל זון פון הגאון הגדול רבי נחמן דוד לאנדינסקי זצ"ל, מייסד וראש ישיבת געיטסהעד אין ענגלאנד.
אין יאר תשס"ד נאך די פטירה פון איר מאן, האט די רעבעצין חתונה געהאט בזיווג שני צו איר שוואגער כ"ק אדמו"ר מנומובינסק זצ"ל, וואס איז מיט עטליכע יאר פריער נתאלמן געווארן פון זיין אשת נעורים ע"ה וואס איז געווען אן עלטערע שוועסטער פון די רעבעצין די נפטרת.
גאנצע זעכצן יאר איז די רעבעצין געשטאנען לימינו פונעם רבי'ן זצ"ל צו העלפן משפיע זיין פאר די עדה חסידים ובכל צעד ושעל, און אין אלע עניני הכלל אין וואס דער רבי איז געווען אריינגעטוהן, ביז צו זיין הסתקלות ביי די קאראנע וויירוס עפאכע אין יאר תש"פ.
די לוויה גייט ארויס היינט 10:00 פארמיטאג פון די לעיקוואד טשאפל, אויפן וועג צום בית החיים אין ניו דזשערזי וואו די חשובע נפטרת וועט קומען לקבורה בחלקת אבותיה אין די קאנאסער חלקה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.



