כי בא אורך: האד' מאמשינוב וועט זיין צוגאסט אויף שב"ק פ' ויגש אין עיר התורה והחסידות בני ברק
- Bechatzros admin
- לפני 19 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן וואך שבת קודש פרשת ויגש וועט כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א זיין צוגאסט אין שטאט בני ברק, לרגל השמחה במעון קדשו, די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי דוד מיליקובסקי שליט''א איידעם ביי הגאון ר' ישראל אהרנסון מראשי ישיבת חזון נחום ומרבני קהילת אמשינוב, וואס איז נכנס לעול תורה ומצוות בעצם יום השבת ז' טבת.
די פריידיגע בשורה איבער דעם רבינס באזוך אויף א שבת אין בני ברק ברענגט ארויף כוואליעס פון פרייד ביי חסידי אמשינוב און תושבי בני ברק, נאך גאנצע פינעף יאר וואס מען האט נישט געהאט די זכיה אז די רבי שליט"א זאל וויילן א שבת אין שטאט.
דער רבי שליט''א וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון בנו דער בעל שמחה הרה''צ רבי דוד שליט"א, אויף די בן נריה גאס און וועט פארוויילן אין שטאט ביז אינמיטן די וואך פון פ' ויחי.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט דער רבי ארויסקומען צו קריאת התורה צום אמשינובער ביהמ"ד אויף די בעל שם טוב גאס אין שטאט, און וועט בס"ד אפרעכטן דעם טיש ברוב עם מיט די חסידים תושבי העיר. אין לויף פון שבת וועט פארקומען די סעודת הבר מצווה אויף א באשיידענע פארנעם אויסשליסלעך פאר די בני המשפחה אין א זאל אין שטאט.



