אין לנו רשות להתפשר: דעת קדשו פון האד' מסאטמאר איבער גזירת הגיוס אפגעהילכט אין חרד'ישע פרעסע אין ארץ ישראל
- Bechatzros admin
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' ויגש • א' טבת - ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

די שטורמישע דעת תורה הבהירה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבער'ן ביטערן מצב מיט'ן גזירת הגיוס הילעכט אפ די אין די יעצטיגע ימי החנוכה איבער די אלגעמיינע חרדי'שע גאס אין ארץ ישראל, מיט די ערשיינונג פון א ספעציעלע שמועס וואס דער רבי האט געשאנקען פאר די "משפחה" מאגאזין, ארום די שווערע גזירה.
די דברים קילורין לעינים פונעם רבי'ן שליט"א איז איבערגעגעבן געווארן פאר'ן חרדי'שן זשורנאליסט ר' ארי' ערליך, וועלכער האט עספיעט אין די מינוטן איידער דער רבי שליט"א האט פארלאזט ארץ ישראל נאך די געהויבענע מסע הקודש און היסטארישער שבת תולדות באתרא קדישא מירון, צו הערן דעת קדשו פונעם רבי'ן איבער די גזירה הנוראה, וואס איז אין די יעצטיגע ימי החנוכה נתפרסם געווארן און איז דאס געשפרעך טאג איבער גאנץ ארץ ישראל.
כאטש וואס דער רבי שליט"א איז זיך מונע צו רעדן מיט צייטונג-שרייבער, זיכער נישט אן איזראעלי צייטונג, האט דער רבי דא געמאכט אן אויסנאם-שריט אין ליכט פון די ברענענדיגע גזירת הגיוס אלס דעם חובת השעה איבערצוגעבן די אומבויגזאמע פשרה'לאזע שטעלונג פונעם יהדות החרדית נישט איינצוגיין ח"ו אויף קיין שום פשרות.
דער שרייבער האט געבעטן אן אוידענץ ביים רבי'ן במשך די גאנצע צוויי וואכן פונעם רבי'נס באזוך אין ארץ ישראל, אבער צוליב די איבערגעשטרענגטע סדרי הימים והלילות האט דאס נישט געקענט צושטאנד געקומען, נאר שוין זייענדיג אין לופטפעלד, זיך אויפהאלטנדיג אין א זייטיגן צימער, האט דער רבי געהייסן אריבעררופן דעם שרייבער, און איבערגעבן דעם שמועס איבער דעם נושא.
מינוטן איידער דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפ'ן עראפלאן, האט דער רבי משיב געווען בשפה ברורה און מיט א געוואלדיגן קאך און פייער שטורמענדיג איבער'ן חומר הנושא, און בטוב טעם ודעת מסביר געווען די אומגעהויערע שעדליכקייט פון די שענדליכע פשרות וואס מ'וויל ח"ו מפקיר זיין בחורי ישראל צום טריפה'נעם מיליטער.
דער רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט אז די איינציגסטע עצה אין דעם מצב איז נאר "מסירת נפש"! נאר אויב יעדער וועט זאגן 'איך גיי נישט' וועט זיך אויפהערן די רדיפות. אמת, מ'הערט די שפראך פון מסירת נפש ביים גאנצן חרדי'שן ציבור, אבער זאגן אלייס איז נישט גענוג, מ'דארף עס אויך מקיים זיין".
דער רבי האט אויך אדרעסירט די התרשלות אין לימוד התורה, מ'דארף זיך מער אריינלייגן אין לימוד התורה וועט דער אויבערשטער העלפן אלע גזירות וועלן בטל ווערן. אבער חס וחלילה מפקיר צו זיין די שוואכערע בחורים, נישטא קיין שום היתר אויף דעם.
מיט אן אש קודש האט דער רבי ארויסגעברנגט אז כלל ישראל באלאנגט נישט פאר קיינעם, נאר צום אויבערשטן, יעצט וועלן קומען די פאליטיקאנטן און פארהאנדלען "איך וועל דיר געבן כך וכך בחורים צום מיליטער, און דו וועסט מיר געבן כך וכך בחורים פאר די ישיבות". די בחורים באלאנגען נישט פאר די פאליטיקאנטן, זיי באלאנגען צום אויבערשטן, און דו האסט נישט רשות צו מאכן געשעפטן מיט זיי.
באזונדער האט זיך דער רבי באצויגן צו די טענה וואס מאנכע ווילן אויפברענגען, אז מ'זאל דורכפירן א געזעץ, און די פאר יאר וואס דאס וועט זיך ציען אין די געריכטן וועט מען מרויח זיין עטליכע יאר פון רואיגקייט בעולם התורה.
דער רבי האט געשטורעמט אז מ'טאר חס וחלילה נישט גיין מיט אזא מהלך, כ'האב שוין 9 יאר צוריק געזאגט אז דאס קען נישט ארבעטן, און יעצט זעט מען ווי אמת דאס איז, אויב אמאל האט מען זיך נאך געקענט איינרעדן אז דאס ארבעט, ווייל ווילאנג בג"ץ האט באהאנדלט א געזעץ האט עס גענומען אפאר יאר, אבער יעצט ווען אלעס ווערט דורכגעפירט אין געציילטע וואכן איז דאס זיכער נישט קיין מהלך פון וואס מ'קען אפילו קלערן.
מיט ווייטאג האט דער רבי אויסגעפירט אז אלע פעולות וואס ווערן געטון דורך די חרדי'ישע פארטייען, איז אלעס חשבונות פון די וואלן, יעדע פארטיי דארף ברענגען פאר זייערע וויילער די אויפטוען זייערע, אז נישט וועט מען נישט וועלן פאר זיי. און אויב די פארטיי גייט נישט פאראויס מיט א געזעץ, איז עס א דורכפאל פאר זיי, וועגן דעם גייט זיי אין לעבן אז עס זאל קודם זיין א געזעץ, אפילו מ'וועט עס פסל'ן, אבער קודם האב איך עפעס אויפגעטוהן, כ'האב צוגעזאגט א געזעץ, און ס'איז געווארן א געזעץ.
די פארטיי פירער זיי זענען די וואס פיטערן דעם ציבור א מהלך המחשבה אז מ'מוז פאראויסגיין מיט א געזעץ, ווייל אז נישט איז אויס פארטיי, און דאס ברענגט אלע פראבלעמען , ווייל מ'גייט איין אויף פשרות, היה לא תהיה.
דער רבי האט אויסגעפירט דעם שמועס אז מצד קהלת סאטמאר געט מען די פוסלטע חיזוק וואס איז נאר שייך בידינו, אלעס וואס פעלט זיך אויס ברוחניות ובגשמיות אז קיינער זאל ח"ו נישט אריינפאלן אין טמא'נעם מיליטער.



