ולבקר בהיכלו: ביקור נרגש פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א ביי האד' מפשעווארסק
- לפני 11 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א זעלטן געהויבענער און התרגשות'דיגער באזוך איז נעכטן מיטוואך אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, וועלכער איז אנגעקומען לשערי העיר אנטווערפן און וועט מיטהאלטן דעם שבת ויקהל פקודי שבת החודש בצל הקודש פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א.
דער קרית יואלער דיין שליט"א קומט צו פארן קיין אנטווערפען צו מבקר חולה זיין ביי זיין ברודער הנגיד החסיד ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר אין שטאט, און צו דעם געלעגנהייט האט ער באשלאסן צו פארבלייבן אויף שבת אין אנטווערפען, להסתופף בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אויף דעם קומענדיגן שבת ויקהל פקודי שבת החודש, וואס איז פון די שיינע שבתים אין יאר אינעם פשעווארסקער הויף.
ביים באזוך נעכטן האט דער רבי מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול ומגדולי המורים בדורינו מיט א זעלטענע הערצה און אותות אהבה ווען עס שיינט ארויס די ידידות עזה מאז ומקדם.
דער רבי האט מכבד געווען דעם דיין באופן יוצא מן הכלל, און האט תיכף פארפירט א שמועס איבער די בארימטע ספרי שו"ת "אגלי דבש", ארויסווייזנדיג א בקיאות נפלאה אין די אלע תשובות און ביאורים אין אלע חלקים, און זיך דערביי נאכגעפרעגט ביים דיין איבער די פלענער פון ארויסגעבן די קומענדיגע בענדער אגלי דבש אויף וואס די עולם התורה והלכה קוקט אזוי ארויס.
א חרדת קודש האט זיך אראפגעלאזט אין צימער ווען דער דיין האט זיך אינמיטן אויפגעשטעלט און געבעטן דעם רבי'ן זאל אים בענטשן אויפ'ן קאפ, אבער דער רבי האט זיך אנזטאגט, זאגנדיג אז ס'איז א שאלה צי א זר מעג בענטשן ברכת כהנים, און אויב דער דיין וועט פסק'ענען אז ער מעג, נאר דעמאלט וועט ער דאס טון.
שפעטער האט זיך דער דיין אויפגעשטעלט מלוא קומתו און דערלאנגט א קוויטל און פדיון פאר'ן רבי'ן, אבער דער רבי האט בענוות קדשו פארבעטן דעם דיין אז ס'איז נישט קיין כבוד התורה צו שטיין, און דער דיין זאל זיך זעצן.
דער שמועס האט זיך ווייטער געצויגן מיט זכרונות נעימים מימי קדם, ובפרט האט דער רבי געבעטן פונעם דיין זאל אים אראפשילדערן די פרטים ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען דאס התמנות אלס דומ"ץ דמתא אין קרית יואל, דורך מורו ורבו הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
צום שלוס האט דער דיין איבערגעגעבן א פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס ער האט אים פארבעטן פערזענליך איבערצוגעבן פאר'ן פשעווארסקער רבי'ן שליט"א, וואס דער רבי האט אויפגענומען בהנאה יתירה.
דער דיין האט דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז ער וועט האבן די זכי' מיטצוהאלטן דעם שבת ביים רבי'ן, און דער רבי האט אים דאן ארויסבאגלייט ביז די גאס.










תגובות